די זאליס האבן שוין היינט פרייטאג ארין געבען די פעפעירס, אפצוענטפערן די מאשען פון די אהרונים אז מען זאל זיי געבן די נייע ביהמ"ד אויף דערווייל.
אויך האבן זיי אריינגעבען פעפעירס קעגן די פסק פון די אפעלאט אז משה גבאי עפידעווד איז גארבישט און מען קען דאס נישט ניצן.
נשלח ב-31/5/2006 21:56
איך האלט מיך ווייטער ביי מיינעם.
נשלח ב-30/5/2006 17:13
פאר אינטערסאנטקייט וועל איך מאכן א קיצור פון די זאלי טענות:
1. דאס געבן די ביהמ"ד החדש פאר די אהרונים איז נישט קיין "מינטדערוויכטיגע פארעכטונג פון די סטעי", ווי די אהרונים לייגן עס אראפ, נאר א דארסטישער טויש אין די שטאטוס-קווא פון די לעצטע 5 יאר, און עס וועט נאר ברענגען כאאס.
2. די אלע מעשיות אז יאנקל קאהאן און שאול פ"ש האבן פערזענליך ארויסגעווארפן געוויסע אהרונים פון ראדני איז פשוט און פראסט ליגענט.
3. די אלע וואס מ'האט יא ארויסגעווארפן, איז נישט ווייל זיי זענען אהרונים, נאר ווייל זיי שטערן די ארדענונג.
4. די אהרונים האבן כמעט קיין שום שטיצער אין ברוקלין, די אלע גרויסע צאמקומענישן, זענען אלעס מענטשן וואס מ'ברענגט ארויס מיט באסעס פון קרית יואל.
5. די אהרונים פארלאנגען נישט די שול ווייל זיי האבן נישט קיין פלאץ, נאר פשוט ווייל זיי ווילן אז ר' אהרן זאל קענען קאמפיטן מיט ר' זלמן לייב פאר די רבנות.
6. די אהרונים זענען געגאנגען "דשאדש שאפינג" און די בארא פארקע קעיס, (ווי ס'קומט דא אריין, פרעג מיך נישט)
Dear feineryid
You forgot that this is a religious issue and only the BEDATZ is allowed to decide about
who should be rabbi
נשלח ב-29/5/2006 06:03
אפשאר איז א סברה מזאל אריינגעבען צים שופט אז אין סאטמער מוז די רב האבען סמיכה, אין מוז
קענען לערנען, אין נאר אזא איינער קען זיין א געזעצלעכע רב אין סאטמער
נשלח ב-29/5/2006 05:57
די סיגוטער האבן אריינגעגעבן אין קאורט אז סאטמאר האט נישט קיין מענטשן אין ווילימסבורג, און
די מענטשן פון טענט קומען מיט באסעס פון קרית יואל.
יעצט גייט מען ארום נעמען חתימות אין וויליאמסבורג פונעם עולם אז אונז בעט מיר די קאורט זאל
געבן פאר אונז א פלאץ צו דאווענען, משרייבט אויך אונטער די נאמען און אדרעס.
נשלח ב-29/5/2006 05:56
סאו וואס האקט דער געגאנגען אין קאפ?
לאמיך שלאפען ראויג פליז...
נשלח ב-29/5/2006 05:51
יא די קלעירק האט געזאגט אז די פסק קומט ארויס נאך פאר די זומער וואקעישאן
נשלח ב-29/5/2006 05:38
האט נישט די קלעירק געזאגט אז די פסק קומט ארויס נאך פאר די זומער וואקעישאן?
נשלח ב-29/5/2006 05:26
איך הער אז מ'רישט זיך אז די פסק פון אפעלעט גייט זיין ערשט נאך זומער, און וועגן דעם האט מען יעצט געבעטן די נייע שול.