happyjew, שכויח פאר דיינע קאמפלימענטן, סשמעקט
אלעמאל צו באקומען א קאמפלימענט אפילו ווען מאיז שוין אויף דער עלטער
אפגעזען פון דעם, האלט איך אז דיין רעיון איז זייער אויסגעהאלטן, א שטייגער פונקט ווי די יעצטיגע listening stations וואס איז
דא אין געוויסע מוזיק געשעפטן נאר סאך מער סאפיסטיקירט, און אויב מען וועט מען קענען אויסארבעטן דאס אהערצושטעלן
אין א קאמפעקט סייז, גענוג קליין אז סזאל פיטן אפילו אין א ספרים געשעפט למשל, קען דאס טוישן דעם גאנצן צוגאנג צו מוזיק
אין אונזערע קרייזן
ע"פ חשבון דארף עס אויך נישט זיין צו א גרויסע השקעה, ווייל סוועט בעצם זיין א געהעריגע קאמפיוטער מיט א ספעציעלן
פראגרעם (אדער אזויווי די זאגסט דוגמת א וועבסייט), און דאס איז נישט צו טייער אהער צושטעלן היינטיגע צייטן, באגלייט מיט
א הסברה קאמפיין וואס וועט צילן צום ערליכן חלק וואס ליגט אין הארץ פון רוב (חדשות .. אופס) אנ"ש, קען דאס טוישן
די מאפע פון אידישע מוזיק און פארשטייט זיך אויך דעם ענין פון קאפיען בגזילה
דא האסטו מער אינפארמעישאן וועגן די עפל אייטונס דאונלאודס פראטעקשאן טעכנאלאגיע
http://en.wikipedia.org/wiki/FairPlay
אהלי צדיקים, גלייב מיר אז לא זו הדרך, און די גל פז חברה זענען באמת נישט די וואס קענען טראגן דעם פאן קעגן גניבה כידוע
פאר די וואס ווייסן, אבער ליבערשט לאמיך אויפהערן מאריך צו זיין איידער כווער נכשל אין גראבע לשון הרע
 |
|
|