| נשלח ב-28/5/2006 06:11 |
|
| |
די שבועות לעגענדע פין ר' מאיר בעל אקדמות
די מעשה ווערט דערציילט אין אלע חדרים, און קיינעם פאלט נישט איין צו פרעגען אויף די מאדנע
מעשה, היתכן? איז די מעשה אמת? האט עס א מקור?
אין ספר התודעה קען מען קלאר זעהן אז די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס.
וז"ל
אקדמות:
הפיוט 'אקדמות' חברו רבי מאיר ברבי יצחק שהיה חזן בעיר וורמייזא (וורמס), היא העיר שחי בה
רש"י. וכמסופר, למד רש"י תורה מפיו של הפיְטן הזה. וכן היו קרובים קרבת משפחה זה לזה:
בנו של המחבר נהרג על קידוש השם במסעי הצלב של שנת תתנ"ו, ואף הוא קִדש שם שמים בויכוח עם
הכמרים שכפו עליו. בויכוח זה פתוהו הכמרים ושדלוהו לעזוב דתו ולקבל דתם. אף הוא השיב להם
אמרים כאיולתם ולעג להם, ובקול מלא עוז ובטחה ספר להם מגבורות הבורא ומאהבתו את ישראל וממעלת
התורה, והשכר הטוב הצפון למקיְּמיה:
לא ארכו ימיו של המחבר הקדוש אחרי הויכוח, כי גוע ומת מיד אחרי כן:
ובמותו, השאיר אחריו ברכה, הפיוט 'אקדמות' בשבח הבורא, בשבח התורה ובשבח ישראל מקבליה - בלשון
הארמית. ונתקבל פיוט זה בהרבה תפוצות ישראל לאמרו לפני קריאת התורה בחג השבועות, בנעימה
מיוחדת מלאה שגב הוד ונצחון. ובקהילת וורמייזא עצמה לא נתקבל מנהג זה, מפני עגמת נפש על מחברו
שאהבוהו מאד, ופיוט זה מזכיר להם את מותו. וכן גם פחדו שלא להכעיס על ידי כך את שכניהם
הנוצרים שאִתם היה לו הויכוח, ושבפיוט זה דברי ניצוח קשים כנגדם:
ע"כ.
זעהט מען קלאר אז ר' מאיר בעל אקדמות איז אוועק דארט אין ווירמיישא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 17:57 |
|
| |
פין די ראבי' איז א ראי' אז עס יא א הוספה און א פיוט, ווייל ער איז מדמה די שאלה צו זולתות,
און פין ראבי' איז נישט קיין ראי' אז די נוסח הירושלמי איז אויף פאר ברוך, אדרבה, ער זאגט
טאקע דאס, אז די ירושלמי רעדט פין עפעס אנדרעש, והיינו די סיום הברכה, ודו"ק.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 16:44 |
|
| |
טאקע כדי להוציא מלב הטועה אז דער ירושלמי רעדט זיך פון די חתימה "מלך צור ישראל וגואלו" האב איך געברענגט דעם ראבי"ה ווי ער שרייבט קלאר אז צור ישראל קומה מיט דעם צור ישראל וגואלו פון ירושלמי זענען היינו הך, און טאקע דערפאר האב איך געברענגט דעם בלעטל פון ראבי"ה געסקענט מען זאל זעהן קליפ און קלאר ווי ער ברענגט צור ישראל קומה און אויף דעם שרייבט ער "אבל בירושלמי".
אויף די אנדערע טענות האסטו סתם גארנישט געענטפערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 08:06 |
|
| |
ר' נבוד
ביסט דיך פשוט טועה.
די ירושלמי פין צור ישראל, מיינט די חתימה פין די ברכה, אזוי ווי די מנהג פין אשכנזים ביי די
פיוטים איז אויסצולאזען ביי מעריב, ברוך אתה ד' צור ישראל וגואלו, גארנישט קיין שייכות מיט די
"פיוט" פין צור ישראל.
אלע ראיות וואס די ברענגסט ווייזען גארנישט,
לגבי 1 האב איך שוין געשריבען, די ירושלמי מיינט נישט דאס.
לגבי 2, ראי' לסתור?
לגבי 3, איך ווייס נישט, איך האב אזוי געזעהן אין אוצר הגדולים, און נאך געשריבען, מן הסתם
האט ער דאס ערגעץ געזעהן, ווי די עין נבודכנצר האט נאך נישט שולט געווען, צא ובדוק, יתכן אז
ער מאכט א גרייז, אבער די ווייזט דערווייל גארנישט.
און דאס וואס די ברענגסט די ראבי', אז די ראבי' ברענגט דער נוסח צור ישראל, וואס איז
אייגענטלעך די ראי'? בימיו איז דאס שוין געווען נתפשט, איך האב נישט נאך געקוקט פונקטליך די
יארען, אבער איך בין כמעט זיכער אז די ראבי' איז געווען היבש שפעטער פין ר' מאיר ש"ץ.
לכאורה זעהט אויס אז עס איז ניתוסף געווארען ערגעץ דעמאלס, איז ווער האט דאס מוסיף געווען?
דער פסוק גואלינו שטייט דאך שוין פין ר' סעדי' גאון ווי די ברענגסט, איז זיכער אז דאס איז
אלט, בכלל איז נישט מסתבר אז די ברכה זאל גיין ד' ימלוך לעולם ועד ברוך אתה ד' גאל ישראל,
זעהט אויס אז עס איז אן הוספה, איז ווער? מסתבר איז ווי ער שרייבט, הגם איך ווייס נישט פין
ווי ער נעמט עס, דארף מען זעהן מער דערוועגען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 18:13 |
|
| |
מצורף קובץשלום שטוב
זאלסט מיר מוחל זיין, אבער איידער דו שרייבסט אן ענין דארפסטו וויסן דעם גאנצן ארום, האסט אויסגעמישט עטליכע זאכן.
1. צו זאגן צור ישראל פאר שמונה עשרה ווערט שוין געברענגט אין ירושלמי, כאטש אביסל אנדערש, עיין מסכת ברות פ"א ה"ו, וצריך לומר צור ישראל וגואלו.
2. דו ברענגסט א "ראיה" פון מחזור ויטרי אז דארט שטייט נישט צור ישראל, האסט דאך געקענט ברענגען פון סידור רס"ג און רע"ג און נאך אנדערע? דארט שטייט פונקט אזוי נישט צור ישראל, עס ענדיגט זיך ביי ד' ימלוך לעולם ועד.
3. בכל אופן, פון וואו איז דיין ראיה אז עס פעהלט איז געוויסע נוסחאות אז ר' מאיר ש"ץ האט עס פארפאסט? נאר וואס דען, עס איז א אלטע מחלוקה צי מען זאל יא זאגן צור ישראל אדער נישט, דער ראבי"ה (מסכת ברכות סימן צ"ב) שרייבט בזה הלשון: אין אומר דבר בקשה אחר אמת ויציב. פירש רבינו ורבינו חננאל כדי שיהא סומך גאולה לתפלה משמע שזולת הכלולים בברכה שפיר דמי לומר בהם בקשה וכן צור ישראל קומה בעזרת ישראל שהיא קודם חתימת גאל ישראל אבל בפרק קמא בירושלמי איתא הכי צור ישראל וגואלו.
4. און יעצט ברענג איך דיר א שטיקל פון "פירושי סידור תפלה לרוקח" פאר שמונה עשרה: ומצאתי כתוב וז"ל גם בזה שגו צרפתים הרבה מאוד ששמעתי שמוסיפים בצור ישראל ואומרים (בצור ישראל ואומרים) גואלינו ה' צבאות שמו קדוש ישראל, וסמך שלהם על מה שנמצא כתוב שר' מאיר ש"ץ זצ"ל היה אומרו, וטעות הוא בידם, כי חלילה שעלה על לבו אותו צדיק מעולם לאומרו, כי בקי היה ר' מאיר ש"ץ זצ"ל בסודות [ובמדרשים] וטעמים, שהרי בצור ישראל י"ד תיבות וששים אותיות, כנגד ששים רבוא שנגאלו ממצרים בי"ד בניסן וכו'. דער קורח לייקנט אז נישט נאר אז ר' מאיר האט נישט פארפאסט צור ישראל, נאר ער האט אויך נישט צוגעשטעלט דעם פסוק גואלנו ד' וגו'.
5. און להבדיל בין קודש לחול בין חולין לטהרה וועל איך דיר קודם ברענגען א ראיה פון דאווידזאהן אין אוצר השירה והפיוט ביי די מפתחות אז ר' מאיר ש"ץ איז נישט דער פארפאסער פון צור ישראל, ער האט דאך צונויפגענומען אלע פיוטים, און ר' מאיר ש"ץ איז געווען א גרויסער פייטן, אין מחזור ווארמס (געדרוקט אין קבץ על יד ג) ווערט ער דערמאנט אלס "שתיקן שבחים למקום", אבער צור ישראל דערמאנט ער נישט אונטער ר' מאיר ש"ץ, און בכלל דערמאנט ער עס נישט אלס "פיוט" עס ערשיינט נישט צווישן די פיוטים, נאר עס איז א טייל פון דאוונען, וכמפורש בירושלמי וכמשמע מדברי הרוקח. אויב כ'ועל האבן צייט וועל איך שפעטער סקענען דעם בלעטל פון אות צ' וואו עס וואלט געדארפט זיין דער פלאץ פאר צור ישראל.
6. נאך דעם וועל איך דיר ברענגען דעם "מצאתי כתוב" אויף וועלכן דער רוקח באציהט זיך, און דאס האב איך געשריבן.
7. בלייבט נאר איבער דער אוצר הגדולים אלופי יעקב א שטיק פלא, וואס ער שרייבט "שיש שחשבו לומר" בשעת ווען דער ראבי"ה ברענגט עס פון ירושלמי. אבער עס איז מיר נישט דער ערשטער פלא אויפן מחבר, ער האט טאקע געהאט אסאך ידיעות, אבער רחוק רחוק פון א חוש ביקורת וד"ל.

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 06:38 |
|
| |
שלוםשטוב
אין די סידור פון בעל התניא שטייט נישט צור ישרא-ל, נאך ה' ימלוך זאגט מען ונאמר גואלנו
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 02:59 |
|
| |
און יא ר' נבוד, דוקא די פסוק גואלנו ד' צבאות, דאס איז אריגינעל איז די נוסח התפלה.
פין ווי האסטו דאס גענומען וואס די האסט געשריבען?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 02:50 |
|
| |
פין די מצבה אין ארץ ישראל איז נישט קיין ראי', ווייל עס איז מן הסתם א מצבה אזוי ווי פין
אפטער רב זצ"ל.
פין ווארמס, אויב איז דא דארט איז טאקע א ראי'. בכל אופן ברענגט ער דארט אין אוצר הגדולים א
אלטער קונטרס ווי מען שרייבט דארט קלאר אז ר' מאיר איז אוועק אין ווארמס.
צבי, די מעשה איז גאר אן אלטער לעגענדע, מען רעדט נאך פין שנת תנ"ה, אנדרעש ווי די מעשה פין
די אבני החושן וואס דער שרייבער ר' יודעל ראזענבערג, האט געהאט מאטיווען און מען ווייסט אז ער
איז געווען א באקאנטער בלאפער.
איינער ווייסט ווי מען קען זעהן דעם ביכל?
נבודכנצר,
ביסט דיך גוט טועה, איך ווייס וואס איך רעד און מיינע מקורות זענען דא אין די נעקסטע צוויי
תגובות. אין אמת'ן, פאסט פשוט נישט פאר דיר צו שרייבען אזוי.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 02:00 |
|
| |
אפשר איז דאס פון די זעלבע מקור ווי די "אבני החושן" מעשיות אין די "ליכט שטראלען" ביכלעך?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 18:52 |
|
| |
שלוםשטוב
צור ישראל איז נישט פון ר' מאיר, אין צוגאב דערצו וואס עס כלל נישט קיין פיוט.
ר' מאיר האט בלויז צוגעלייגט דעם פסוק "גואלנו ד' צבקות שמו קדוש ישראל" כדי צו ערגענצן א פינפטן "ישראל".
צא ובדוק.
|
|
|
|
|