איין משפחה vs. כל העולם כולו...
יעדער ווייסט שוין אז די כל העולם כולו האט געבעטן געלט פון די זאליס און נישט באקומען,
און במילא איז ער געגאנגען מיטן אמת און אנגענומען רבינו שליט"א אלס אדמו"ר מסאטמאר
שליט"א. יעצט איז מען געוואר געווארן וואס די סיגוטער האבן געטון מיט זייער געלט, זיי האבן
באצאלט פאר די "משפחה" צייטונג, וואו זיי האבן שוין אלטע קאנעקשאנס, אז זיי זאלן שרייבן
אויף רז"ל אדמו"ר מסאטמאר, און אויף רבינו שליט"א אדמו"ר מסאטמאר קרית יואל (סאיז נאכנישט
קלאר אויב די פיקטשער איז טאקע פון קרית יואל... אבער אז מצאלט איז דאך נישט
שייך...). זעט אויס אז זיי האבן נישט געהאט גענוג געלט פאר ביידע. די צרה איז אז זיי
האבן שוין פארשפעטיגט די באס. די גאנצע וועלט ווייסט שוין היינט ווער סאיז די עכטע אדמו"ר
מסאטמאר, ווער סאיז יעצט געווען אין ארץ ישראל און גערעדט צו מענטשן האט געהערט פון
איבעראל אז די שבת האט קלאר געוויזן פאר יעדן ווער סאיז די ריכטיגע ממלא מקום פון די
סאטמארע רביס, און ביי וועמען סאיז דא "חסרון מקום"...
תוקן על ידי - wassa_dif - 28/05/2006 23:01:30
|
|