בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שבועות געלט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/5/2006 16:30 לינק ישיר 
שבועות געלט

א גוט מארגן און א גוטן חודש טייערע חברים.

יעצט אינדערפרי נאכן אפשרייבן דעם וועכנטליכן מצוה צעטל (אויף וואס אלע קינדער זענען וואויל יעדע איינציגע וואך), איז מיר בייגעפאלן א געדאנק; מיטצולייגן אביסל ראש חודש/שבועות געלט פארן מלמד.

אין אמת'ן אריין, די מנהג אמאל איז געווען צו שיקן יעדן ראש חודש דאס געלט פארן מלמד, היינט אבער אז מען צאלט שכר לימוד, איז שוין פארגעסן געווארן דער ענין פון "ראש חודש געלט" (גראדע בין איך באקאנט מיט א טאטע וואס איז נאך ערליך מקיים דעם מנהג יעדן ראש חודש מיט אלע מלמדים פון זיינע קינדער, און עס איז איבריג צו זאגן אז זיינע קינדער זענען עפעס אויסערגעווענליך נושא 'חן' בעיני המלמד, מען שטעלט זיי כסדר צו גוטע חברותות וכדומה, אין אנדערע ווערטער: נוצר תאנה יאכל פריה).

אבער דעם חודש איז עפעס אנדערש, סיי עס דערנענטערט זיך שוין דער יום טוב שבועות (חנוכה און פורים וואס זענען דרבנן'ס, איז דער מנהג העולם צו שיקן טשעקלעך אין חדר אריין, פסח איז דא א תירוץ "די הוצאות החג זענען גרויס, איך קען זיך נישט ערלויבן", אבער שבועות איז לכאורה א גוטע צייט ארויסצוהעלפן דעם מלמד תורה, בפרט אז עס איז טאקע דער יום טוב פון קבלת התורה), און סיי עס ווערט שוין סוף יאהר (אין די אינגערע כיתות איז זייער שכיח אז די קינדער האבן אנדערע מלמדים אויפן זוממער, ווייל אדער פארט דער מלמד אוועק אין קעמפ אריין, אדער פארט דאס קינד אין א באנגעלאו קאלאני ווייט פונעם מלמד), איז נישט מער ווי יושר אביסל ארויסצוהעלפן דעם מלמד.

לא לכבוד עצמי אני דורש, איך בין קיין מלמד נישט געווען, און פלאן נישט צו זיין קיין מלמד אין די נאנטע צוקונפט. איך האב נאר געקלערט אז דאס איז א גלייכע זאך, שפיר איך א חוב דאס צו פארשפרייטן צווישן עולם.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/5/2006 22:30 לינק ישיר 

נישט קיין שלעכטע עצה

די צרה איז נאר אז עס איז סוף זמן, איןק יינער וויל נישט געבן א פאר הונדערט $ווען אין 2-3 וואכען פארט מען אין קעמפ מיט א אנדערע מלמד בדרך כלל, אין דארט ווען מען באמת מוזען צאלען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שבועות געלט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext