דא זאל מען שרייבן אלע באריכטן פון די געהויבענע יו"ט שבועות אין סאטמאר.
נשלח ב-30/5/2006 22:12
ישר כח קושקע. אלזא די פראגע איז פארענטפערט.
נשלח ב-30/5/2006 22:05
תשנ"ב
נשלח ב-30/5/2006 21:57
איך פארשטיי נישט וואס די דעבאטע איז.
פון די אלע טאוולען וואס האבן געהאנגען אין בית המדרש און ביים רבי'נס הויז, קען מען זען אז ס'איז געווען די יאר וואס דער רבי האט מחנך געווען א היסטארישע ספר תורה, וואס האט איבערגעלעבט די מלחמה. ביי איין טאוול שטייט אפילו ארויסגעשריבן מעמד חינוך ספר תורה.
וועלכע יאר יענער גרויסארטיגער מעמד איז געווען געדענק איך נישט. ווער געדענקט יא?
נשלח ב-30/5/2006 21:34
בילדער פליז!!!!!!!
נשלח ב-30/5/2006 19:49
ווי אויך די בילד פון די ריזיגע פאקלען טראק (פון וואס יוסל וואלדמאן האט מורא געהאט אז זיין הויז גייט זיך פארברענען...) וואס איז מיין איז די לעצטע מאל גענוצט געווארן נ"ד אדער נ"ה
דעיס יאר האבן די בחורים שוין געבויעט א הערליכע גרויסע שטיקל כ'האפ אז מען וועט עס לאזן נוצן (סאיז שרעקליך הויך אוי וועט עס ליכטיג מאכן!!)
ווי אויך בויען זיי עפעס א נייע זאך איך ווייס נישט צו ס'איז א חופה צו א טויער אבער סקוקט אויס א הערליכע שטיקל!!
נשלח ב-30/5/2006 10:33
אויב דו ביזט זיכער מיט דעם, דעמאלס מוזן די בילדער זיין פון ווען איך האב געלערנט אין די ישיבה אין שנת תשמ"ט. עס מאכט טאקע סענס ווייל איך מיין אז דעי חופה האט ליפא פעלדמאן געבויט פאר די הכנסת ספר תורה וואס איז פארגעקומען יענע יאר (איך ווייס נישט וויפיל יאר שפעטער מ'האט נאך גענוצט דעי חופה).
אויב איינער האט בילדער פון אנדערע יארן און ספעציעל פון די הערליכע נעילת החג טישן אדער די הערליכע קידוש לבנה מוצאי יו"ט אויף די טרעפן פון ביהמ"ד, זאל ביטע ארויפלייגן דא
נשלח ב-29/5/2006 23:40
די ערשטע פיקטשור זעט מען די זייגער אויף די ווייבער שול דעיס מוז זיין עטליסט פאר נ"ב זיכער
נשלח ב-29/5/2006 23:33
קען זיין נ"ג אדער נ"ד זיכער נישט פריער
נשלח ב-29/5/2006 23:30
ווען זענען די בילדער?
די ערשטע פיקטשור מוז זיין פאר די נ' יארן מען זעט די ווייבער שול פאר מען האט עס איבערגעמאכט
די חופה מיט די קרוין זענען אויך די אלטע מוז זיין עטליסט פאר נ"ה
נשלח ב-29/5/2006 23:25
ווער עס קען, ווערט געבעטען מזכה זיין דעם עולם מיט די היי יעריגע בילדער