בית פורומים כל העולם כולו

די רשעות'דיגע האנדלונג פון די מדינת ישראל פאליציי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2006 20:22 לינק ישיר 
די רשעות'דיגע האנדלונג פון די מדינת ישראל פאליציי

וואס איז אייער מיינונג?

אין בחדרי חרדים איז דער עולם בייז אויף די "ציונים", אסאך דריקן אויס זייער אנטריסטונג פון די ממשלה.

מיר ווייסן דאך אבער שוין פונלאנג אז מרשעים יצא רשע, ס'איז גארנישט קיין חידוש די אלע זאכן, דער רבי זי"ע האט געשריגן נשא תשכ"ז אז זיי וועלן מאכן אזעלכע גזירות אז די אידן וועלן ממילא נישט קענען בלייבן וואוינען אין ארץ ישראל, לאמיר האפן עס זאל נישט צושטאנד קומען.

וואס דענקט דער עולם דא איבער די האנדלונג פון די קנאים וועלכע האבן (ווארשיינליך) ארויסגעכאפט דאס קינד פון טהרה שטיבל?

וועלן די פאליצייאישע קרעפטן זיך לערנען פון דעם אויף דער צוקונפט (עס זאל חלילה נישט פאסירן ביי קיין שום איד), אדער מאכט עס אויף זיי נישט דאס מינדעסטע איינדרוק.

אדער האט די מערכה פארשארפט די באציהאונגען צווישן פרומע אידן מיט די באהערדע? און אויב נאך עטליכע ענליכע אינצינדענטן וועלן זיך איבער'חזרן, וועט עווענטועל פיהרן צו א "קאלטע קריג" צווישן די צוויי?

און אויב יא, איז דאס נעגאטיוו אדער פאזיטיוו, אדער

אין אלגעמיין וויל איך פארשטיין, ווער שטייט אין שפיץ פון די סארט רשעות'דיגע געזעצן?

און כלפי שמים איז דאך א שרעקליכער חרון אף, ווייל די ציוניסטישע מדינה "זארגט" כלומר'שט פאר די געזונט פון איהרע בירגער - דאס איז דאך דער אויסרייד וועלכן זיי נוצן אצינד - אבער א טראפ אידישקייט און מענטשליכקייט קומט נישט אין באטראכט.

ביי די ערשטע ציוניסטישער קאנגרעס האט הערצל ימח שמו אוועקגערופן דאקטאר נורדוי אין א זייט און איהם באפוילן זיך אנטאן א אנשטענדיגן אנצוג, ווארום דער אנצוג מיט ווועלכן ער איז ערשינען איז נישט געווען עטיש. ביי דער זעלבער קאנגרעס האט מען צוטרעטן די תורה הקדושה אויפן א שרעקליכן אופן, פיהל ערגער ווי די רעפארמער האבן געטון אין ברוינשווייג, יענע כאטש פארשלייערט אונטער א רבני'שן פארטאך, אבער די אסימילירטע הויל-קעפיגע ציונים האבן אפן געזאגט אז זיי האבן נישט דאס מינדעסטע פארקער מיט די אידישע רעליגיע און תורה. אבער דער רשע האט נישט פארגעסן פון "מענטשליכקייט".

היסטאריע חזר'ט זיך איבער. אנטיביאטיק איז א "מוז", אבער אויך הפקר'דיגע חינוך אין דער זעלבער צייט.

דערמאנט מיר ביטע: ווער האט נאר אמאל געזאגט אז "ציונות" איז שוין "בטל" געווארן?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 20:43 לינק ישיר 

וואס דענקט דער עולם דא איבער די האנדלונג פון די קנאים וועלכע האבן (ווארשיינליך) ארויסגעכאפט דאס קינד פון טהרה שטיבל?


I remember a story about a father being accused of child abuse; is this the same story or is it a more recent one?
תוקן על ידי - average - 29/05/2006 20:58:29



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 22:08 לינק ישיר 

אין די נייעס איז געשטאנען אז דאס קינד איז פארכאפט געווארען נאכן פארענדיגען א הסכם מיט די עדה החרדית.

אויב די מעשה איז טאקע אזוי, איז דאס קינד פארכאפט געווארען דורך א דריטע פראקציע, וואס עס איז נאכנישט קלאר ווער דאס איז - עס איז נישט מסתבר אז די עדה האט דאס געטוהן אויב זיי זענען געווען פארהאנדלער-.

עס קען זיין אז די פארכאפער זענען פארמישטע וואס ווילען בכל מחיר צירוקהאלטען א אינוועסטיגעישאן..... אדער איז דאס געווען משוגעים פון בית שמש וואס פארטרעטען גאט און מיינען נאר לשם שמים ( און זענען געקומען אויף אמעריקע תיכף נאך די בחירות פאר מוסדות בית שמש), אדער אזעלכע וואס זענען מוחה קעגן הרב שטיינמאן.

און יא! אזעלכע אקטיוויטעטען זענען מעורר א שרעקליכע שנאה צו פרומע אידען - וואס סופו מי ישורנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 22:29 לינק ישיר 

קערי. א פלא והפלא וויאזוי דו ווייסט אלעמאל צו טרעפן די 'ראנג' זייט... דא איז געווען א אקציע וואס די קנאים האבן אנגעדרייט, אבער יעדער מיט ג-ט אין הארצן האט אויסגעדרוקט שטאלץ און צופרידנהייט איבער די געלונגענע אקציע אקעגן די רשעות'דיגע אכזריות'דיגע קערפער רויבער אין מונדירן פון די ציוני'סטישע פאליציי ימ"ש, אפילו אזוינע וואס שטייען געווענליך זייער ווייט פון סימפאטיזירן מיט די "קנאים". נאכמער, אפילו די רבנים וועלכע האבן געצווינגענערהייט אויסגעארבעט דעם הסכם, אקעגן דער דראאונג פון די פאליציי אוועקצופירן דעם קערפער מיט געוואלד, האבן שטילערהייט אויסגעדרוקט גרויס צופרידנהייט אז עס איז נישט געקומען צו קיין ניוול המת רח"ל. ס'איז אמת אז ס'וועט ברענגען פראבלעמען אינעם עתיד, אבער "מאי חזית דדמא דידה סומק טפי" ?! דארף מען היינט לאזן מאכן ניתוחי מתים, כדי מ'זאל מארגן נישט מאכן קיין ניתוחי מתים ? וואס דו זאגסט וועגן העצע קעגן חרדים, איז סתם דמיונות. די פרעסע דארף נישט קיין מעשיות צו העצן קעגן די חרדים, זיי וועלן שטענדיג אפירקראצן עפעס פון אונטער דער ערד. ווען א אומשולדיגער טאטע האט פארלוירן א קינד ל"ע, איז ער באלד געווארן ארעסטירט, און אלע חרדים זענען אויטאמאטיש געווארן קינדער מערדער רח"ל ! פארוואס ? ווייל איין חרדי האט אפשר עפעס געטון וואס האט געברענגט זיין קינד'ס טויט רח"ל ! (אפגערעדט אז אפילו דאס איז געווען א געמיינער בלבול, והראי' אז די פאליציי האט אים שפעטער באפרייט טראץ די שארפע פראטעסטן פון די פרייע פרעסע). ס'איז נאריש זיך איינצורעדן אז מיר וועלן געפינען חן אין זייערע אויגן, הלכה הוא בידוע שעשיו שונא ליעקב, און זיי וועלן שטענדיג טרעפן א געלעגנהייט צו העצן אקעגן אונז. מיר דארפן טון אונזער'ס, און די איבריגע לאזן אויף די פלייצעס פון אלמעכטיגן ג-ט. און אגב, זייער אסאך נארמאלע פרייע האבן אויך אויסגעדרוקט זייער שטילע סימפאטיע פאר די אומגליקליכע עלטערן. זיי ווייסן זייער גוט איבער די שענדליכע רויבעריי אינסטוטיציע וואס ווערט אנגעפירט דורך פראפעסאר הוס וחביריו ימ"ש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 22:40 לינק ישיר 

נבוכד.

איך בין זיך משתומם אויף דיר

ווי איך פארשטיי האדלט זיך דא פון א קעיס פון א קינד א מיידעלע וואס איז נפטרת געווארען אין דעם שטאט אשדוד. זי האט געהאט פיבער און נאך ווען זי איז נפטרת געווארען האט די פאליציי געוואלט פעסט שטעלען דעם אורזאך פון וואס דאס קינד איז נפטרת געווארן.

ביז ווי לאנג די פאליציי איז געגאנגען צו די מדינת ישראל ערכאות אפ-צושטעלען די לוויה און מאכען א בלוט טעסט כדי צו פעסשטעלען דעם סיבה.

(די פאליציי טענה'ען אז עס איז גאר וויכטיג היינטיגע טעג ווען א קינד שטארבט פון היץ אז מ'מוז זען צו זי האט נישט געהאט למשל BIRD FLUE וכדומה, ווייל אויב יא איז דא א סכנה פאר גאר אסאך מענשען פון שטאט און מ'מוז דאס באצייטענס אפשטעלען רח"ל)

ביינע לביינע זענען געקומען צו פארען פון בית שמש קיין אשדוד קנאים און עס זענען זיך צאם געלאפען 100טער חרדים פאר איינגאנג צום בית החיים. כדי צו פארמיידען דעם גע'פלאנ'טען נתוח המת.

עס זענען אונגעקומען די רבנים פון שטאט א גערער א בעלזער מיט א וויזניצער. די רבנים מיט זק"א האבען אויסגעארבעט א פשרה ווי אזוי צו האנדלען דאס קינד.

ווען מ'איז אריין אין צימער פון קינד האט מען באמערקט אז מ'האט דעם גוף גע'גנב'ט ואיננה נישט דא!

גאנץ ארץ ישראל גייט אויף רעדער און די עלטערען פון דאס קינד ווילען צוריק זייער אייגעם קינד.

לפי התגובות אין בחדרי חרדים זעט אויס אז די קנאים פייפען אויף אלעמען כולל די עלטערן
1) די רבנים זענען פשרנים זענען פארקויפט פאר די מדינה, זייער פסק איז נישט קיין פסק.
2) די עלטערען זענען מער נישט בעלי בתים אויפען קינד, פונקט ווי מ'האט געמעגט פארכאפען יוסעלע שוכמאכער מעג פארכאפען דעם גוף פונעם קינד אף על פי וואס די עלטערען זענען דא חרדים ושומרי תורה. דאך אזעלכע וואס פרעגען שאלות ביי א בעלזער רב אדער א וויזניצער רב וואס דינען דעם ע"ז הציונית האבען נישט קיין כח הפסק.

______

לפי זק"א האלט אויך די עדה החרדית אז דעם גוף מוז צוריק געבען.

פארשטייט זיך אליין ווי איך האלט כשיורדים יורדים עד לעפר די נידריגקייט פון די קנאים איז דאך אין לשער. קען זיך דען איינער פארשטעלען אז דער חתם סופר האט דאס געמיינט?? האט דאס דער סאטמאר רב זיך פארגעשטעלט אז גנב'ענען גופות איז דער דרך התורה דארט ווי די עלטערען האבען זייער אייגענע פוסקים?

זיך אפילו צו דינגען איבער דעם איז דאך א עקעל!

נבוכד.
ווי אזוי טוט מען דא אין ניו יארק ??
האסט אפשר א מושג??
נו פרעג די אנשי חברה קדישא און זיי וועלען דיר זאגען אז וואס די פאליציי האט געוואלט טון אין ארץ ישראל טוט מען אין אמעריקע כמעט בכל יום!

פאלט דען איינעם איין דא אין אמעריקע צו מאכען א ראיאט איבער אזא אומגליק?!
אודאי נישט!

דער אייבישטער זאל מיך אפ היטען פון צו וואוינען צווישען חילונים מצד אחד און די קנאים מצד אחר אלע ביידע זענען שונאי ישראל בגוף ונפש!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2006 23:29 לינק ישיר 

yohcee718

איך האב געפרעגט א פשוטע שאלה און איך האב דיר אריינגעברענגט אין א חרון אף....

איך בין בכלל נישט באהאוונט וואס מען טוט אין ניו יארק און וואס די פאליציי אין מדינת ישראל האבן געוואלט טון, איך וואוין נישט אין אשדוד איך בין נישט דערביי געווען ביי די מעשה איך האב געשריבן מיין תגובה נאכן ליינען 11 בלעטער תגובות אין בחדרי חרדים, איך האב אזויפיל פארשטאנען אז די פאליציי קען מען נישט געטרויען, און אסאך מדינה סימפאטיקער דארט שרייען יעצט אז עס איז רשעות און מען האט אין קיין פאל נישט געטארט צולאזן אז דאס קינד זאל אנקומען צו די הענט פון די פאליציי וועלכע האבן אויסגעאיבט א פלאן מיט די רבנים אז זיי ועלן בלויז נעמען בלוט פאר א איינפאכע DNA טעסט אין א געויסן אנשטאלט.

רוב עולם איז באוואוסטזיניג אז דאס איבערגעבן דאס שעפעלע צו די הענט פון די פאליציי מיינט מפקיר זיין דאס קינד, ווי נאר דאס קינד וועט אנקומען אהין וועלן זיי וין געפינען אויסריידן אז מען זאל "מוזן" שניידן דעם קערפער ל"ע, און דאס איז טאקע מתקבל על הדעת, איבערהויפט לויט די היסטאריע זייערע.

פיהלע פרעגן א פשוטע פראגע: אויב זענען זיי געווען אויסן בלויז צו נעמען בלוט, פארוואס האט מען געמוזט אוועקפיהרן דאס קינד פון טהרה שטיבל? בלוט קען דאך נעמען א איינפאכע שוועסטער (נוירס), נאכוואס האט די פאליציי אומבויגזאם געפאדערט אן איבערליפערונג?

דו געטרויסט יא די חברה? קיינער קיינער, אפילו אויסגערופענע מזרחי'סטן אויפן פורום זענען מודה אז נישט, און אז בדיעבד האבן די קנאים גוט געטון, און זיי לויבן זיי אויס פאר די געוואגטע, ריזיקירטע שריט.

וואס איז דיין טענה גענוי? מען זאל האבן צוגעלאזט ניתוחי מתים? די הלכה זאגט, אז אין פאל ווען רשעים פארלאנגען מען זאל ארויסגעבן איין געוויסן מענטשן איהם צו טייטן, דאן מוזן אלע זיך איבערגעבן צום טויט ולא ימסרו נפש אחת למיתה, די זעלבע איז מיט א פרוי לטומאה, דא איז נישט אנדערש, אויב עס איז נישט דער פאל ממש. וואס די עדה האט גע'פסק'נט ווייס איך נישט, משי זהב איז אן אלטער פאררעטער.

ווען דו וואלסט געלעבט בזמן זמרי בן סלוא וואלסטו געשטאנען אויף זיין זייט, דער עיקר זיך מתרחק זיין פון קנאים עד קצה האחרון, נישט אזוי? זיי נישט נאריש.

ועל כולם ועל כולם, האב איך סתם געפרעגט א קנא'ישע (אויב) פראגע: די רשעים וועלכע זענען אזוי אויפגעברויזט הלמאי א פאטער אדער מוטער האט צוריקגעהאלטן (אויב) מעדיצין פון א קינד, און ווילן זיי אורטיילן אלס מערדער - וואו זענען די זעלבע געזעצן ביי אנדערע פראגעס אין צוזאמענהאנג מיט מארד אדער הפקרות? זיי פארשטייען אז מען מוז מאכן א מיליטער געמישט יונגען און מוידן און זיי צווינגען צו זינדיגן (איך שרייב נישט דעטאלן משום הרחק מן הכיעור)? שווים-באסיינען און ים-בארטנס מיט די געמיינסטע סארט זוהמא - דאס איז לטובת החינוך ולטובת המדינה? דו ווייסט די צאל מארדן ועלכע ווערן דורכגעפיהרט פון יוגנטליכע אונטער 25 אין מדינת ישראל? דער חינוך סיסטעם איז אין ארדנונג אין זייערע אויגן, מען דארף אפירזוכן א מערדער ביי די פרומע? ריכטיגע מערדערס און באלעסטיגער פון די פרייע לאזט ארויס אויף דער פריי מיטן קומענדיגן זון-אויפשיין, אבער די פרומע וועט מען האלטן אין ארעסט גאנצע טעג, און צומאל וואכן. די חברה גייט אהן אויב עס איז דא א פארדאכט פון מארד? זיי זענען מפקיר די לעבנס פון מיליאנען אידן אונטער זייער רעגירונג בלויז צו קענען הערשן אויף די היסטארישע לאנד, וויפיל לעבנס זענען שוין פארשניטן געווארן זינט זייער רעוואלט אין תרפ"ט? א קאמיש בילד: מערדער ווילן אורטיילן מערדער...

אז עס איז נאך דא א מנין קנאים אונטער די ממשלת הרשעה איז א חידוש פלא, מען דארף דאנקען דעם רבונו של עולם יעדן טאג, זה לעומת זה, די רשעים זענען ברוטאל און גרויזאם אויסער יעדן פראפארץ - קומען די קנאים וועלכע טרייבן אפטמאל איבער מיט זייערע פראוואקאציעס, אבער היטן כבוד שמים און ווייזן אידן איבער דער וועלט אז נישט אלס איז פארקויפט פאר די רשעי הדת.

שלא מן הענין: דו ווייסט וויפיל יאהר מען האט זיך געדארפט שלאגן מיט די מדינה זיי זאלן ערלויבן ארויפשטעלן א שילד וועלכער ווייזט ווייזט דעם קיין בני ברק (דער אמאליגער סימבאל פון א פרומע שטאט אין מדינת ישראל)? די רשעים ווילן נישט שלום צאכן מיט דעם פאקט אז טויזנטער אידן זיצן און לערנען אין א שטאט פאר זיך (איך לאז זיך נישט יעצט אריין אין איינצעלהייטן בנוגע בני ברק עיר הגדולים).

<פארוואס איז מיין הודעה פריער אריינגעקומען ווייס?>

תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 29/05/2006 23:40:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 00:04 לינק ישיר 

יוחי
 
איך מיין אז די פארדרייסט די פאקטן (איידל געזאגט)

וויפיל איך האב געליינט דא אין הייד פארק חדשות

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/item.asp?id=1644&cat_id=1
 
האט די עדה גארנישט מיט די פארהאנדלונג און די משפחה איז צופרידן אז מען האט דאס גוף ארויס גענומען פון די הענט פון די ציונים

עוד הרגיז את השוטרים הוא העובדה שנציג המשפחה, גיס האב, הביע סיפוק מהדבר. לדבריו, מקובל שהמשפחה לא מגיעה להלוויה ולא יודעת היכן הקבר לעולם בגיל שכזה, והם סומכים שהגופה תיקבר כדת וכדין. העיקר שלא ינתחו את הילדה הרכה.

און וויפיל פון אשדוד זענען דארט געווען??

מצד הציבור האשדודי התאספו כאלף איש יחד עם כמאה ירושלמים

עפעס גייט פאר מיט דיר. וויפיל עס קוקט מיר אויס ביזטו סתם א שונא ישראל (נישט מדינת ישראל)
 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 03:35 לינק ישיר 

צו די פאליציי זענען רשעים אין מאן דכר שמיה

איבעראל איז געזאגט דער עצה פון דער משנה "אל תתודע לרשות"

די שאלה איז ביי דער פאל דארף מען זיך איינרייסען צו נישט.  און אויב יא ביז ווי ווייט. די רבנים דארט האבען אויסגעארבעט א פלאן מיט זיי און דאס איז פארשטערט געווארען.

יא איך האב געליינט אז א שוואגער פון די עלטערען האט יא הנאה געהאט אבער איצט בעט די משפחה צוריק זייער קינד'ס קערפער. סאיז נישט די ביזנעס פון קיינעם דא צו זאגען א דעה נאר זייערע רבנים אין די עלטערען.


נבוכד.

קודם צו דעם נייעם הלכה דיינער פון תנו לנו אחת מכם איז דער זעלבער דין ביי א מת איז גאר א נייער חידוש דין. הפלא ופלא.

לגבי ניו יארק: אויב מ'דארף זיך צו שלאגען דארף מען זיך דא אין ניו יארק אויך

איך האב אין מיין משפחה נישט איינס, נישט צווי,י נאר 3 אנשים וואס ארבעטען אין חברות קדישא דא אין ניו יארק. אלע זאגען אז ביי א יעדעס פאל פון א "אומנאטירליכען" טויט ל"ע מאכט מען אן אטאפסי אן אן אויסנאם

די אנשי חברה קדישא גייען מיט און זענען אין צומער מיט דעם MEDICAL EXAMINER און טאקי היטען אפ אז זיי זאלען נישט טוהן קיין שום זאך מער וואס עס איז אבסעלוט וויכטיג צום פארשונג.

אויב מ'דארף מאכען ראיאטען פארוואס מאכט מען עס נישט דא הי??

דער קעיס אין ארץ ישראל איז אבער גאר שווער. ווי די פרייע צייטונגען באריכטען זענען די עלטערען געוועהן פון די וואס גלייבען נאר אין נאטירליכע מעדיצין און האבען פארנאכלעסיגט דאס קינד. נישט וועלענדיג געבען דאס קליינע מיידעלע אנטי בא-אטיק, און לדעתי מוז מען אזעלעכע עלטערען אריינלייגען אין חד גדיא איין מאהל פאר אלא מאהל.

ליידער ליידער קען איך פערזענליך קראנקע מענטשען וואס זייערע עלטערען האבען בשום אופן זיי נישט געוואלט היילען מיט אנטי בייאטיג און זענען נעבעך געווארען אומגליקליך

עס זענען פארהאנן א סאך פעלער וואס דער עולם ווייסט פון קינדער וואס זענען נפטר געווארן ל"ע פון אזעלעכע פאנאטישע עלטערען

יא איר קענט מיך רעכענען פאר א שונא פון די אנשים אכזריים א שונא ישראל מ'כלומר'שט, ואפילו יהי' מי שיהי' כגובה ארזים גבהו  ת"ח ו"ירא שמים" (חוכא טלולא)  וויל איך אים זען אין JAIL 

ווייל אנכי נפשי כתבית יהבית איך האב ליב קליינע אומשילדיגע אידישער זיסע קינדערליך שלא טעמו טעם חטא!

יא זיי האב איך שטארק ליב און ווער עס האט א חלק און לאזען זיי נפטר ווערן זאל שוין אחת דתו גיין אין חד גדיא

למען ישמעו ויראו!!!

כל זה כתבתי אויב די פאקטען זענען אזוי באמת געוועהן. יתבררו ויתלבנו!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 03:55 לינק ישיר 

יוחי. 3 קליינע נקודות. 1) די רבנים האבן נאר אויסגעארבעט די פשרה מחוסר ברירה, נישט מרצונם הטוב. די ריכטיגע גנבים דא איז די משטרת ישראל, נישט די מקדשי שם שמים. 2) איך בין נישט אזוי גוט באקאנט דא, אבער איין פאל ל"ע האב איך פערזענליך מיטגעהאלטן, און דארט האט מען אויסדריקליך געפועל'ט נישט צו מאכן קיין אוטאפסי. 3) איך בין נישט זיכער וואס די מעשה איז געווען, מ'מוז נישט גלייבן אלעס די פרייע פרעסע, אבער אפילו אויב יענער דארף פאר אזא זאך גיין אין חד גדיא, דארף מען נאך אלץ ראטעווען דאס קינד פון ניוול המת רח"ל. שוין אפגערעדט אז ביי די פרייע פאליציי וואלטן די עלטערן אויטאמאטיש געווען שולדיג, אזויווי ביי וואלעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 07:02 לינק ישיר 

נאך 3 נקודות*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

1)      מזעט אז יוחי וייסט נישט קיין נפק"מ צווישן א אמעריקאנער חוקר און א ארץ ישראלדיגע'ר חוקר, צווישן א אמעריקאנער פאליציי און א ארץ ישראלדיגן, א אמעריקאנער קומט מכח זיין ארבעט איבערקוקן און טוהן אלעס וואס מ'דארף, א שוטר און מדינת ישראל ביי א חרדי קומט ער די ערשטע זאך מיט א שנאה כבושה צו עם, והשנאה מקלקלת את השורה, (איך געדענק איך האב געהאט צווי חברים אין ישיבה אין אר"י און זיי זענען געווען אין געגנט פון הפגנות אויף איינשפארן דרעי (א אלטע פרשה) אבער זיי האבן גארנישט געהאט מיט די הפגנה, ס'איז געווען ממש אין שטאט, אין פלוצלינג האבן זיי באמערט ווי פאליציי לויפט נאך יעדן איינעם זענען זיי אריין דארט אין א בנין פון א ישיבה פלוצלינג קומען אפיר צווי חברה זענען די בחורים ארויפגעלאפן אויבען פון פחד, אין די פאליציי האט זיי נאכגעיאגט ביז א געוויסע צימער אין דארטן האבן זיי געשלאגן די צווי בחורים מכות רצח, זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט אז דאס געהער נישט צו די חסידישע בחורים ווייל דאס איז געווען בעיקר א ספרדישע מערכה, אבער אז מ'קען שלאגן א חרדי עד זוב דם, דאס איז דאך די גרעסטע הנאה) און אויב וועט זיך איינער וועלן אנקלאגן וועט ער קענען טאנצן אויף די לבנה, ווייל קיין שום אפיס אין מדינת ישראל וועט איהם נישט אויסהערן, בפרט אויב איז ער א חרדי, און פארגעס נישט אז אין אר"י איז דא א מטרה אויסצומאלן פאר יעדן אז די חרדים האבן אסאך קינדער און זיי געבן נישט אכטונג אויף זיי וכו' אין צו די מטרה ניצן זיי אלע אמצעים.

2)      עלטערן זענען די ערשטע וואס זיי זארגן פאר זייער קינד, אין עס איז קלאר אז ווען דעס קינד האט געוויינט נעבעך פון פיבער וכדו' איז די עלטערן'ס הארץ אויסגעגאנגען פאר צער, און האבן פראבירט צו טוהן וואס זיי קענען, אז מ'האט נישט געגעבן קיין אנטיביאטיק מיינט נאכנישט גארנישט, עלטערן האבן א רעכט (ע"פ תורה זיכער) צו ניצן האמאפאטישע רפואות פאר זייער קינד, בפרט ווען יצא שמם בעולם אז די רפואות האבן שוין אסאך געהאלפן, אין בפרט אז די ארץ ישראלדי'גע דאקטוירים ווייסן נישט אלעמאל וויפיל אנטיביאטיקה צו געבן אין ס'איז שוין געווען ליידער מעשיות פארקערט אז מענטשן זענען אוועק פון נעמען צופיל אנטיביאטיקה, אדער ווייל דער דאקטער האט זיך נישט געהריג אפגעגעבן, און אויב וועט זיך איינער וועלן אנקלאגן וועט ער קענען טאנצן אויף די לבנה, ווייל קיין שום אפיס אין מדינת ישראל וועט איהם נישט אויסהערן, בפרט אויב איז ער א חרדי.

3)      און דער עיקר איז אז "אלעס איז באשערט" יא יא וויפיל ס'איז נמאס פאר געוויסע מענטשן צו הערן אדער צו ליינען דארף מען עס אלץ איבערחזר'ן "אלעס איז באשערט" אין צו באשולדיגן אין אזא פאל די עלטערן ווייזט אויף א חסרון אין אמונת השגחה פרטית, זיי האבן געטון זייער השתדלות און דער באשעפער האט געוואלט אנדערש, זאל מען הערן גוטע בשורות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 07:17 לינק ישיר 

חצילים די וויסט נישט וואס די רעדסט. עס איז נישטא קיין שום רעכט נישט צו געבען אנטיבאיאטיק על פי תורה. ווען איינער גייט צו די "נאטירלעכע" איז ער העכסטענס א שוגג, ווייל ער רעדט זיך איין אז די זאכען האבען א סמכות. איך האף אז די טוסט דאס נישט צו דיינע קינדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 17:21 לינק ישיר 

איך וויל נישט פארדרייען דעם ויכוח

אבער דאס וואס *באראפארקער* פסק'ענט כמשה מפי הגבורה אז עלטערן האבן נישט קיין רעכט צו נוצן נאטירליכע אדער האמאפאטישע רפואות אנשטאט אנטיביאטיק - איז דורכאויס פאלש.

הכל מודים אז פעניצילין האט אוועקגעלייגט - און לייגט אוועק - מענטשן, אן הכל מודים אז NATURAL HEALING האט אוועקגעלייגט מענטשן, מיר אידן גלייבן אבער אז לא הנחש ממית אלא החטא ממית, דער רבוש"ע וועט שיקן דעם מענטש אין א פונדק אריין און א ציגל וועט אים פליען אין קאפ און איהם דער'הרג'ענען אויפן ארט, אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד ד'.

יעדער האט רעכט צו באשטימען צי ער נעמט אהן די מעדיצינישע הייל מיטלען, אדער די נאטירליכע. איך בין מודה אז די דאקטוירים האבן דעם מאנאפאל און מיט זייערע מיליאנען וועלן זיי אפילו באווייזן צו מאכן סם המוות געזעצליך, צום ביישפיל RED #40, YELLOW #5 ועוד ועוד, עס איז סם המוות במלוא מובן המילה, אבער דער FDA האט דאך עס באשטעטיגט אלס נישט שעדליך - און עולם גולם גלייבט.

פונקט ווי עס זענען דא לייסענסד דאקטוירים אויף מעדיצין, גענוי דארף א נאטירליכער דאקטאר אדורכגיין פרואוון און ערהאלטן א דיפלאם לייסענס וכו', נאר פארשטענדליך אז די אינשורענס קאמפאניס וועלן צאהלן בלויז פאר מעדיצין. גענוי ווי עס זענען דא שפיטעלער וועלכע באנוצן זיך בלויז מיט מעדיצין, זענען דא שפיטעלער אין וועלכע מען באנוצט זיך בלויז מיט נאטירליכע היילונג.

איין זאך יא. מען טאר נישט טון אויף דער אייגענער האנד, מען מוז זיין אין נאנטן פארבינדונג מיט אן ערפאהרענעם ספעציאליסט, זאל דאס זיין א מעדיצין-גלויביגער אדער נאטור-גלויביגער, פון טון אליין האט מען שטארק חרטה.

נאך איין נקודה. די וועלט איז דאך היינט פאר'סם'ט און פארפעסטעט מיט ראדיאציע (סעללפאון'ס, מייקראוועיווס, סאטעליט וכו') און דורך גיפטיגע זאכן מיט וועלכע מיר באנוצן זיך שטענדיג (ברענשטאף פאר די אויטאמאבילן, ציגארן-רויך, קארבאן-מיינאקסייד ועוד), אין אזא וועלט העלפן כמעט נישט די נאטירליכע היילונגס-מיטלען, איינפאך: דער עפל איז קיין עפל, די וואסערן זענען טיילווייז פארגיפטעט, די אויל ווען עס גרייכט א געוויסע גראד היץ ווערט עס פארוואנדלט אין איינפאכע סם-המוות (אין קאליפארניע איז ארויס א געזעץ וועלכער לויטעט אז יעדער פעקל "פאטעיטא טשיפס" מוז טראגן א מעלדונג אז עס קען פאראורזאכן די ביטערע מחלה ל"ע צוליב די אויל אין וועלכע זיי זענען געפרעגלט) - מוז מען ממילא צוקומען צו די מעדיצינישע דאקטוירים וועלכע מאכן זייערע רפואות לויט די היינטיגע קערפער און עסנווארג.

איך בין אמאל געווען אויף א פארם. איך גיב א פרעג דעם פארמער צי ער באנוצט זיך מיט די שעדליכע כעמיקאלן צו באשירמען זיינע פרוכט און גרינצייג פון אינזעקטן און פליגן, זאגט ער אודאי, THEY ARE MUCH MORE SAFE TODAY THEN THEY WERE TEN YEARS AGO. פרעג איך, DID YOU TELL ME TEN YEARS AGO THAT I AM CONSUMING POISON הייבט ער אהן שרייען אז איך בין פאנאטיש וכו'.

עפילאג. דער נאטירליכער דאקטאר וועט ברענגען טויזנט אין איין ראיות אז מעדיצין לייגט אוועק כך וכך טויזנטער מענטשן א יאר, און דער מעדיצינישער דאקטאר וועט טומלען וועלטן אז די חברה זענען רוצחים און כך וכך גייען פון די וועלט א דאנק זייער "פארנאכלעסיגקייט".

וואס זאל איך אייך זאגן, ביידע זענען ליידער גערעכט, מען דארף בעטן ביי אתה חונן דריי מאל א טאג דער רבונו של עולם זאל אריינגעבן די ריכטיגע מחשבות אין קאפ, און מען זאל נישט דארפן צוקומען צו קיין דאקטוירים עד זקנה ושיבה אכי"ר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 19:30 לינק ישיר 

לכל מאן דבעי למידי,

ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס איז דאס מיידעלע יא גיווען 
Immunized

דאס אז די מאמע איז געלאפען צום דאקטער תיכף ווען דאס קינד האט באקומען פיבער וויזט ארויס אז די עלטערען זענען פאראנטווארטליכע עלטערען.
אפגיזען פונעם פאקט אז זי האט נאך נישט גיהאט געגעבען די מעדיצין (ווייל דער דאקטאר האט גיזאגט אז זי זאל דאס געבען נאך א פאר טעג אויב די פיבער וועט נישט אוועק גיין).*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 

דאס אז די פאליציי דארט זענען שונאי הדת און האבען פיינט א חרידישען איד איז דאך אויסער יעדע פראגע.

 

די רבנים רב גרוס רב דחסידי גור  באשדוד מיט הרב הורביץ רב דחסידי בעלזא באשדוד וואס האבען עוסק גיווען און די פרשה האבען גארנישט מוחה גיווען קעגען דעם פארכאפען, נאר אז זיי האבען נישט קיין חלק דערין און אז זיי האבען עס נישט געטוען.

ממילא צו זאגען אז דאס איז קעגען די הלכה במקום וואס די רבנים שווייגען ווייס איך נישט (קען זיין אז דא איז דא צווישען אונז א גרויסער דיין).

 

זיי האבען גיוואלט פאלמעסען און נישט קיין DNA ווייל א BLOOD SAMPLE קען א יעדע נורס נעמען אויפן פלאץ און עס אפשיקען קיין אבו כביר און מען האט פארדעם נישט גידארפט אריבער פירען דאס קינד קיין אבו כביר.

 

דאס איז א שקר גס צו זאגען אז און ניו יארק פאלמעסט מען א יעדעס אויסערגיווענליכער טויט,

מען פאלמעסט נאר ווען מען איז חושד אויף רציחה וכו'

 

עס איז נישטא קיין שום פעדעראלע געזעץ און אמעריקע וואס איז מחייב עלטערען צו immunize  זייערע קינדער.
מען ווערט נישט פאררעכענט און די אמעריקאנער געזעצען פאר א רוצח פארן נישט געבען קיין וועקסין פאר די קינדער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די רשעות'דיגע האנדלונג פון די מדינת ישראל פאליציי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext