בית פורומים כל העולם כולו

זאלי בלומען וואנדאליזירט אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2006 18:35 לינק ישיר 
זאלי בלומען וואנדאליזירט אין קרית יואל

עפעס איז פארגעגאנגען אין קרית יואל, איבערנאכט האט מען חרוב געמאכט זייערע בלומען וואס זיי פארקויפן פאר יו"ט, איינער ווייסט ווער עס האט עס געטאן, זיי שרייען שוין מיט א זיכערקייט אז סאטמר האט עס געטאן.

ביי מיר מיינט גארנישט וואס זיי זאגן, איבערהויפט נאך די יודעלע וויינשטאק שטיינער מעשה. איך בין נאר נייגעריק צו איינער ווייסט עפעס מער.

איין זאך ווייס איך יא, אויב א איד האט עס געטאן און ער וויל נישט נאכאמאל מגוגל ווערן זאל ער בעסער באצאלן די שאדן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2006 22:03 לינק ישיר 

און אויב איינער וויל וויסן פארוואס זיי האבן עס געטון, קוקטס וואס "שנייטיך" שרייבט אין חדשות ילדי סיגוט. מכאן הקריאה יוצאת לכל אנ"ש תושבי קרית יואל: אויב האט מען נאך נישט גענוג אדווערטייזט אז די מוסדות פארקויפן בלומען האבן יעצט די ארונים ארומגעשיקט א קלארן מעסעדזש וואס איר האט צוטוען און ווי איר דארפט קויפן בלומען פאר יו"ט גירא בעינא דשיטנא! די הייליגע מוסדות ויואל משה ד'סאטמאר וועלכע טראגן דעם חותם המלך "ויואל משה", ווי מען איז מגדל די טייערע צאן קדשים אויפן דרך וואס עס האט מיט אונז געלערנט דער רבי זי"ע, איז ארון טייטלבוים'ס גרעסטער פראבלעם היינט אין קרית יואל. דער פורץ גדר ארון טייטלבוים וועט ווייטער טון אלעס אויף דער וועלט, ער קען זיך נישט איינהאלטן עס איז שוין נישט ברשותו, ער איז שוין היינט א מצווה ועושה פונעם שטן אליינס, ער האט שוין נישט קיין בחירה עס איז אין די בחינה פון ויכבד לבו ווי עס שטייט ביי פרעה ביי די לעצטע 5 מכות אשר על כן תושבי קרית יואל, התיצבו וראו את ישועת ד', גייט ארויס אין די מאסן און קויפט איין די בלומען פאר יו"ט פאר אייך אין פאר אייערע קרובים מיר תושבי וויליאמסבורג וועלן אי"ה אויך באשטעלן בלומען פאר אונזערע קרובים דארט, אלעס צו שטיצן דעם הייליגן מבצר התורה אז מען זאל ווייטער קענען מרחיב זיין גבולי הקדושה און מקדש שם שמים זיין ווער עס האט די נומבער פון די לעידיס אקזילערי פון מוסדות ויואל משה קרית יואל זאל עס ביטע פאוסטן פאר אונז תושבי וויליאמסבורג ס'איז פשוט א "געלט מעשה"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 22:00 לינק ישיר 

ס'איז UNBELIVEABLE !!! די סיגוטער האלטן אן ווייטער מיט זייערע געבעקסן, און רעדן זיך נאך איין אז איינער גייט זיי גלייבן ! ממש יעדן טאג א פרישע מעשה ! איך בין יעצט אין קרית יואל, די שטימונג איז עפעס משוגע צו ווערן, מ'קען קוים ווארטן אויף די גרויסע יו"ט, קיינער רעדט אפילו נישט אז די סיגוטער האבן געמאכט א מעשה! קיינער קוקט נישט אויף זייער זייט. טרייען זיי אויף די וועג אפשר וועט מען רעדן פון זיי. שוין אפאר יאר וואס די סיגוטער מאכן דא א טענט, פונקט היי יאר ווען די עולם איז ממש HIGH, גייט מען עפעס טון? צודרייטע מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 21:16 לינק ישיר 

דאס האט "צאנז_קארט" היינט געשיקט אין "תיבה אישית"

לייג ארויף אז די בחורים פון מאנרא האבן איבערגעדרייט די בלומען פון מוסדת ויואל משה אין קרית יואל שרייב אז די שאדן איז איבער 10,000 אין זיי האבן היינט נאכט געמאכט די שאדן

שרייב בערך אוזי
די נאכט האבן זיך עטליכע תלמידים ממצויני היונעווערסעטי דקרית יואל אריינגעכאפט אינעם טענט וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך די לעדיס אקזולערי שע"י מוסדות ויואל משה ד'סאטמאר פאר בלומען לכבוד שבועות און מיט א התלהבות דקדושה חרוב געמאכט און רואינירט סחורה און ווערט פון שווערע טויזענטער דאלארן צענדליגע בלומען וואזן, פלענטס, וכדו' גורם זייענדיג דערמיט א אומגעהויערן שאדן פאר די הייליגע מוסדות וואס פלאגן זיך אזוי אויך אויף יעדן דאלאר

איך האב א בילד דערפן אויך

דער אמת איז אז 2 3 טישן מיט בלומען האבן זיך איבערגערדייט און עס איז געפאלן אפען פלאר אבער אז עס איז דא אן איבערקערנישט פאק עס ארויף אויף די מאנרא מצוינים

דערצייל נישט פאר קיינעם


פירושים זענען איבריג




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 20:58 לינק ישיר 

תמימות'דיג,, איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו רעדסט.

פארוואס זאל איך בעטן מיין דיין אדער מיין רבי'ן א היתר צו טאן אזא עבירה? בין איך דען א סיגעטער חסיד? די סיגעטער חסידים זענען די וואס לויפן צו די מידיא פארשפרייטן שמוץ אויף אידן. זייער רבי און דיין האט עס מתיר געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 20:53 לינק ישיר 

ווארהייט , פאר די פסק'נסט אז ממעג מאכן א חילול השם, האסטו שוין געפרעגט א דיין דערוועגן? גיי פרעג דעם רבי'ן און וועל מיר צו ער איז מתיר אזא חילול השם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2006 19:45 לינק ישיר 

רבותי, ווערט נישט נתפעל. פאריגע וואך איז עס געווען שטיינער, די וואך איז עס בלומען, נעקסטע וואך וועט עס זיין האנטוכער.

די זאליס ארבעטן אויף איין זאך, צו קענען אריינלייגן נאך א גוט שטיקל אין ניו יארק פאוסט אז די סאטמארע זענען טעראריסטן.

און תמימות'דיג, דער נאמען פאסט זייער גוט פאר דיר. האסטו נישט געזען די צעטלעך וואס זיי האבן אריינגעגעבן אין קאורט פאריגע וואך?

זיי האבן נישט קיין שום לעגאלע וועג צו קענען געווינען די קעיס מוזן זיי צוקומען צו די מידיא, און זיי מאכן א גוטן דזשאב.

עס האט זיך געלוינט צו אינוועסטירן א הונדערטער און חרוב מאכן אביסל בלומען, כדי צו באקומען נאך א שטיק אינעם ניו יארק פאוסט.

דער שוטה פיטער גאלאהו וועט שרייבן וואס באב ליף הייסט אים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 19:44 לינק ישיר 

רבותי באטראכטס דעם בילד!!!!!!!!!!!

ניששט מער ווי 15-20  ליידיגע וואזעס אויפן פלאר
מיט אביסל ביליגע גרינע בלעטער

דאס האבן די זאליס אליינס געטיען!!!!
כדי צי אנשמירען מעשוית אויף אונז
איך אליינס האב נעכטן  געזען דארט צענדליגער צענדליגער קליינע ביימעלעך, מיט ארעדשמענטס 
דאס אלעס ווייזען זיי נישט אז עס איז ציבראכן , ווייל דאס איז נאך גאנץ!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

זיי האבן נאר געוואלט ציברעכן די ביליגע גארביטש!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

קלינע נערישע קעפ, וואס זיי זענענן! 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 19:44 לינק ישיר 

מען ווייסט ווער עס האט דאס געטון עס איז ריקארדעט איז וועל טרייען עס ארויפצולייגן עס איז אביסל שוואכע קוואליטעט אבער מ'קען קלאר זעען ווי 3 בחורים איינער מיט א ביבער היט די אנדערע 2 אנע היטן עס איז בערך 2 מוניט די חברה זאגן אויב מ'קען זיי קען מען זיי דערקענען על כן בעטן מיר ווער עס וועט זיי דערקענען זאל ביטע שרייבן זייערע נעמען יישר כח למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-31/5/2006 19:37 לינק ישיר 

מקוה איד וואס וועסטו האבן אז דו גוישע וועלט וועט זיין אויף אונזער זייט?

אדרבה איבערצייג דיך פונעם סיגעטער האט ער עפעס דערפון!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2006 19:27 לינק ישיר 

דור האחרון, איך ווייס נישט צו דו מאכסט זיך משוגע, אויב איז עס אמת אז זיי פלאנען עס צו איבערגעבן פאר די מידיע, האלט איך אז מ'מוז עס אפענטפערן בכל חומר, פאריגעס מאל מיט די שטיינער מעשה האט מען געטאן א גרויסע מיסטעיק אז מ'האט זיי נישט אפגעענטפערט.

איך וואלט עס אנגערופען די אלע מעשיות:

Systematic shameful orchestrated hoax




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 19:14 לינק ישיר 

מצורף קובץ

עס זעהט טאקע אויס ווי דער ווינט האט עס געטאהן.
די וועטער נביא אויף די ראדיא האט טאקע נעכטען געמאלדן א האריקעין נאר אויף דעם פלאץ ווי די בלומען זענען געווען אוועגעלייגט.
מרשעים יצא רשע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2006 19:10 לינק ישיר 

רבותי, שוין דא א PRESS RELEASE!!!

באב ליף איז שוין פעסט ביי די ארבעט!!

FOLWER SHOP VANADELIZED BY ARON SUPPORTERS



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/5/2006 19:01 לינק ישיר 

אין דער איד איז נישט געשטאנען קיין ווארט פון די שטיינער ווארפן מעשה.

זעט אויס אז זיי ווייסן אליין ווי אמת עס איז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/5/2006 18:44 לינק ישיר 

דו ווייסט נאך נישט ווער עס האט עס געטוהן און א פסק הלכה האסט דו גלייך ארויסגעשאסן פון טאש

איך מיין זאלסט קודם אנקאלן הרב טירנויער פון מאנטריאל בעטן א היתר צו גיין אין קאורט. כ'מיין, אויב אלעס גייט אזוי כאפ לאפ, מען פסק'נט, אן וויסן אן פרעגן, קענסטו פון עם שוין האבן א היתר הליכה לערכאות

אפשר איז געקומען א רוח שאינו מצוי' און האט עס אראפגעווארפן? מעגליך האט א הינטל אדער א וואוטשאק זיך פארשפילט דארט? אפשר איז געקומען א מלאך פון הימל און עס חרוב געמאכט? נאך אלעם האט דאך דער פריערדיגער רבי בעל ברך משה זי"ע זייער נישט געהאלטן פון נאך א מוסד אין קרית יואל. און אפשר גאר איז דער רבי אליין אראפגעקומען עס חרוב מאכן?

אבער די ביזט שוין זיכער אז יענער זאל באצאלן ווייל אויב נישט וועט ער נאכאמאל מגולגל ווערן

קצת סבלנות




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלי בלומען וואנדאליזירט אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext