בית פורומים כל העולם כולו

ברעקינג: זאליס גייען אין קארט בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/5/2006 21:08 לינק ישיר 
ברעקינג: זאליס גייען אין קארט בארא פארק

ברעקינג: זאליס גייען אין בערכאות של עכו"ם אין בארא פארק

היינט צופרי האבן די זאליס אנגעפירט דורכ'ן מסור והולך בערכאות מענדל שווימער פון ב"פ, געשיקט אז היינט 3 אזייגער גייען זיי אריין אין קארט ווי זיי גייען בעטן א TRO, קעגן די מוסדות הקדושים ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל דסאטמאר בארא פארק.

3 אזייגער גייט פארקומען א זיצונג אין געריכט דערוועגן.

תלמדי וחסידי סאטמאר ווערן געבעטן יעצט צו זאגן תהלים און בעטן דעם הייליגן באשעפער אז די מוסרים והולכי בערכאות זאלן דורך פאלן היינט, און נישט קענען גורם זיין קיים שום ניזוק פאר די הייליגע מוסודת הקדושים.

השתדלו והרבו תחינה!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 22:10 לינק ישיר 

ווער האט די טראנסקריפט פונעם הירינג  ???




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2006 03:37 לינק ישיר 

אנאלעזירן: אנאליז: מענדל שווימער א נאמען אדער א באגריף די פראגע איז מיר אויפגעשווימען אין די לעצטע טעג און וואכן, נאכן ליינען, הערן, און מיטהאלטן די באריכטן פון בארא פארק דער אויבנאויף סך הכל איז: א מסור[ברשות בי"ד ושלא ברשות בי"ד] א אנזעצער [מארטין פעיפער יוכיח] א דרייקאפ [די קלאגע פון זיין ווייב קעגן די יאכט קאמפאני דעריבער וואלט איך געהאלטן אז מען דארף אנאלעזירן, דעם נאמען, פון די הייליגע חז"ל ביי די מעשה פון ר' מאיר און כידור ווייסן מיר די כלל פון שמא קא גרים, איז די פראגע וואס ליגט אין דעם נאמען מענדל און וואס אין שווימער און וואס געשעהט ווען די צוויי נעמען קומען זיך צוזאם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 19:38 לינק ישיר 

די גאנצע טעמע פון "באורד'ס" ביי חרדי'שע אידן איז אויסערגעווענליך קאמפליצירט, דער שטארקער קאנטראסט צווישן די ארגינעלע געזעצן ביים גוי און דער צוגאנג פון חרדי'שע אידן דערצו, איז לדעתי פון די הויפט גורמים איבער די שרעקליכע מחלוקת'ער וואס קומען פאר ביים היימישן ציבור אין די לעצטע צייט. די הויפט שאלה איז, וויאזוי ווערט מען א באורד מעמבער ? מענדל שווימער אין זיינע געריכט פאפירן שרייבט אויך נישט וויאזוי ער איז ערוועלט געווארן, די אלטע באורד לעבט שוין נישט יעדער, איז ווער האט אים אריינגעשטעלט ? די איבריגע קאמפליצירטע טיילן וועלן מיר איבערלאזן פאר די געריכטן, אבער איך מיין אז ס'איז גענוג צו פארשטיין אז גארנישט איז נישט אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס אויבנאויף.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 19:34 לינק ישיר 

בא ללמד

דעם לעגאלע נקודה וויל איך באמת פארשטיין.

ר' אהרן וועלץ איז דאך סך הכל א מעמבער אין באורד, ווי איז ער בכח לעגאל אריינצולייגען א נייע באורד אן א רוב פונעם אלטע באורד?

אין וואס באשטייט זיין לעגאלע בעלות?

זאגט ער אז די אלטע באורד האט מסכים געווען? זאגט ער אז עס איז געווען עלעקשאןס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2006 18:46 לינק ישיר 

עפשטיין. דער עיקר דיון איז ווער עס איז די ריכטיגע באורד. ר' אהרן וועלץ האט אן אייגענע באורד, נאר זיי טענה'ן אז זייער באורד איז די ריכטיגע. און וויבאלד זיי אליין זענען מודה אז עס איז שוין אדורך צוויי יאר וואס ר' אהרן וועלץ האט אריינגעלייגט זיין אייגענע באורד, און ווי עס קוקט אויס איז דערווייל דער מוסד נישט אונטערגעגאנגען... איז נישטא קיין שום נארמאלע סיבה צו געבן א טי.אר.או. אבער ווער קען וויסן וואס עס קען נאך פאסירן ביז מאנטיג ? [סקאט מאללען ארבעט שבועות אויך... און כ'מיין אז די באנק איז אויך נישט פארשפארט...]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 18:35 לינק ישיר 

מקוה איד

איך פארשטיי נישט פארוואס די חילוקים וואס די האסט געברענגט זענען משנה?

אמת אז ער איז אין באורד ער האט דאך אבער א רוב אין באורד קענעם אים.

איך זע אויך אז ער איז לעגאל באלבאס אין מען קען אים נישט רירען, איך וויל נאר וויסען פארוואס? וואס איז זיין לעגאלע כח?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2006 04:43 לינק ישיר 

מקווה איד

אנדערש ווי אונז אלע, קימט  יענקעלע פין בארא פארק
זיינע קינדער גייען אין יענע מוסדות {אדער זיי גייען גיין דארט}

מילא פאר עם איז עס א פרעזענליכע נצחון
אנדערש  ווי פאר אונז אלע וואס מיר האלטן דאס נאר מיט פין דערווייטענס

ממילא ווען ער האט געהאט א זיג איז עס געווען פרעזענליך....
דאס האט געברענגט די אויסער ווי געווענליכע תגובה!!!

{יענקעלע, עס איז געווען נייעס אין קארט היינט????}






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 03:27 לינק ישיר 

מקוה, א שאד דער רבי לאזט נישט ענטפערן, חבל...

ווען איך מעג ווען ענטפערן וואלט איך דאס גענטפערט...

איך האב היפש שפעקאלירט צו איך זאל עס שרייבן, טאקע ווייל עס קיקט אויס קינדיש, און זאלוניש'דיג, אבער איך דארף באטאנען אז ס'איז 100% קראנט, אז ער איז צעווילדעוועט געווארן, און אז שלום יוסף איז געקומען צופליען, איך האב עס געהערט פון זיין א נאנטן שטוב מענטש.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 01/06/2006 3:31:10



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2006 03:05 לינק ישיר 

לויט ווי איך הער, האט דער ריכטער גענצליך אפגעווארפן די טענות פאר א טי.אר.או. ער האט נאר אזויפיל געזאגט, אז זיי זאלן גיין צו "ארביטרעישאן", ד.ה. דין תורה. אדער - (אויב זיי ווילן נישט גיין צו די"ת. נישט זיכער אויב קלאר ארויסגעזאגט) וועט זיין מאנטיג א געהעריגער טרייעל, וואו זיי וועלן קענען אריינגעבן זייערע טענות אין געריכט און אנהייבן א קעיס אקעגן ר' אהרן וועלץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 02:47 לינק ישיר 

איינער קען געבן א פונקטליכע רעפארט פון די קאורט? וואס אז געווען? וואס גייט זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 02:37 לינק ישיר 

איך הער אז אין קאורט איז נישט געווען קיין איין איינציגער בארא פארקער קנאקער! סאיז געווען בעיקר אפאר אינגעלייט שוויצערס פון וויליאמסבורג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 02:11 לינק ישיר 

יאנקעלע

איך בין נישט באזארגט, ער וועט עסן די קרעפלעך אויב ס'וועט זיין א גוטע רעסעפי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2006 01:33 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווער ס'האט זיי איינגערעדט אז וויבאלד רב גיביוף וועט מתיר זיין עיקול, אז זיי וועלן עס באקומען,
 
מיין אבזערוואציע זאגט אז זיי גייען אין וואנט אריין דארט, 1, אנדערש ווי 82, איז אהרן וועלץ אויסערדעם וואס ער איז אדמיניסטראטער איז ער אויך אין די באורד פונקט ווי מענדל שווימער, 2, אהרן וועלץ טוט גארנישט אליינס אלעס איז בהסכמת קהל, די רבי, די רב, א באורד וואס איז באשטעטיגט געווארן דעמאלטס ווען די זאליס האבן געוואלט דורכפירן א דורכגעפאלענע פוטש אין 2002.

יענקעלע, זיי נישט ברוגז, דיין תגובה איז אביסעלע קינדיש אין א זאלונישע סטייל, פאסט נישט פאר דיר...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 01:14 לינק ישיר 

איך האב דערווייל נאכנישט געקענט דערגיין די אקוראטע פרטים איבער די פארהאנדלונגען, און איך האף אי"ה בקרוב צו וויסן פונקטליך וואס דא איז פארגעגאנגען. אבער איין זאך וויל איך פארשטיין: צי האלט ר' חיים שלמה ווערטהיימער אז ביי הרב גביוף מעג מען טרינקען א גלעזל וואסער ? די זעלבע מענטשן האבן אונז באשריגן און באזינגען יארן לאנג פאר די "חוצפה" פון גיין צו א 'פרעמדן' בית דין אז זיי זאלן זיך אריינמישן אין די אינערליכע סאטמארע אנגעלעגנהייטן, די גרעסטע 'הירוס הדת' איז ארויסגעקומען פון זיך ווענדן צו דיינים "וואס קענען זיך נישט אויס אין די תהלוכי הקהילה". דער פאקט אז מיר זענען צו זיי בלויז געגאנגען פאר אן הזמנה, און מיר זענען גרייט געווען צו גיין צו דיינים פון סאטמאר, נאר ביי א זבל"א, האט בכלל נישט פארשוויגן די ענערגישע פראפאגאנדע מאשין פון שרייען השכם והערב תהלוכי הקהילה. מה היום מיומיים ? וואס האט יעצט פאסירט אז מ'מעג שוין פארלאנגען פון פרעמדע דיינים אז זיי זאלן זיך מישן אין אינערליכע סאטמארע סכסוכים, וואו עס מעג נאר אריינרעדן א סאטמארער דיין ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/6/2006 01:00 לינק ישיר 

איך הער אז דער סיגוטער האט פשוט געכאפט א נערוון בראך ווען ער האט געהערט אז ר' אהרן וועלץ האט געווינען און דער דזשאדזש האט ארויס געווארפן דעם פארלאנג פאר א TRO, ער האט אנגעהויבן צו מאכן אזעלעכע משונה'דיגע קולות און ער האט אנגעהויבן צו ברוקן און צו שעלטן, מען האט שנעל גערופן שלום יוסף דייטש, און ער האט עם געגעבן עפעס א בארוהיגונגס נידל, און ער איז אינטער אבזערוואציעס, לעת עתה הייסט עס אז ער איז אזוי צוטראגן, אז ער גייט נישט זאגן קיין  תורה דעם שבועות, וועגן עסן קרעפלעך ווייסט מען נאכנישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעקינג: זאליס גייען אין קארט בארא פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext