בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

יעקב דאסקאל - קולי אל ה'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/6/2006 12:27 לינק ישיר 
יעקב דאסקאל - קולי אל ה'
מצורף קובץ

גאר א געלונגענע נייע טעיפ פון דוד קאליש, דער טאלאנטפולער יעקב דאסקאל (שלומי דאסקאלס ברודער) מיט זיין
מתיקותדיגען קול איז בליעה"ר געבענטשט מיטן כשרון אז נישט קיין חילוק וואס ער זינגט צו לעבעדיג צו הארציג איז א נחת
אים אויס צוהערן, ווער סהאט ליב קאליש מיט זיינע שטיקלעך וועט דא טרעפן גענוג און נאך דריידלעך זיך צו באלעקן די פינגער
סיי אין קאור און סיי אין מוזיק

סאיז אויך דא צווי חזנישע גאסט סאלאס, יחיאל ארי' פליגמאן און אברהם אהרן וויינגארטען, גארנישט ספעציעל אין דעם חלק,
אפשר גיבט דאס צו אביסל אינטערעסאנטקייט

די חסרון פונעם טעיפ איז אז סאיז אביסל געמאכט אויפן אופן וואס כרוף "לופט" סטייל, דאס הייסט אז סאיז צומאל נישט
פראפעשענל און פערפעקט געזינגען אז אלעס זאל קלאפן מיט א פונקטליכן סיסטעם אויסגעהאלטן און איינגעהאלטן, אבער
דאס קען נישט אוועק נעמען פונעם פאקט אז סאיז א געשמאקע אלבוים

שטארק רעקאמענדירט פאר ווער סזוכט א חסידישען טעיפ מלא טעם

דא איז א פריוויו פונעם דריטן ניגון 'קרוץ מחומר':
http://rapidshare.de/files/21919328/Daskal_Preview.mp3.html
קרעדיט: שמח מוזיק



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-12/7/2006 02:51 לינק ישיר 

איך האב געהערט אז דער מחבר איז א רב אין לעקוואד.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2006 16:40 לינק ישיר 


לפענ"ד שטייגט ער איבער דעם ברודער זיינער 100 מאל, א הערליכע באטעמטע שטימע, עס ציגייט אין די גלידער! דאס ערשטע מאל וואס איך הער איהם, האט ער שוין ארויסעגעבן נאך טעיפס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 07:55 לינק ישיר 

איך בין עס געלאפען קויפן אין איך האב הנאה יעדע מינוט וואס איך הער עס

איך האב עם בעסער ליב ווי זיין ברודער אזוי האלט איך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 15:55 לינק ישיר 

מיר איז דוקא אינטערסאנט צו וויסן ווען א זינגער קען זיך בא'טיטל'ן "הרב"?! (איך קאן נישט דעם זינגער פון דעם קאסעטע, איך פרעג אויס נייגער).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/6/2006 16:18 לינק ישיר 

I only listened to two tracks, the arrangements are very nice, but the recording/mixing quality is how shall I put this,,, ummmm, not so great, maybe it's me or my car audio system, but it sounds like a amatuer did the recording etc. But I would be interested in your opinions!         1




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > יעקב דאסקאל - קולי אל ה'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext