| נשלח ב-4/6/2006 07:50 |
|
| |
גרעסטע עולם דעם יו"ט שבועות פון די היסטאריע
ס'איז נישט צום באשרייבן מ'האט גענדיגט א האלבע שעה צוריק ווער ס'קען עס באשרייבן זאל עס באשרייבן איין זאך קען איך יא שרייבן ווען איך בין געווען און ביהמ"ד אדער און טענעט בין איך געווען צודריקט פון אזויפיל מענטשען בליע"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 17:34 |
|
| |
איך מיין איין נקודה האט מען נאך נישט אויסגעשמועסט.
דער עולם אין קר"י איז באשטאנען פון מענטשן וואס האבן איבערגעלאזט זייערע הייזער, אסאך אויך די משפחה, מוותר געווען אויף די באקוועמליכקייט כדי זיך מסתופף זיין ביי רבינו שליט"א.
משא"כ ביי די סיגעטע, יעדער איז געבליבן אינדערהיים, מ' איז אריין געפאלן צו א תפלה אדער א טיש, צו נעילת החג איז שוין א גרויסער עולם געקומען מיט קארס נאר צו וואטשן די שאוי, און אנפילן דעם ביהמ"ד.
חוץ מזה, איז א שיינער חלק באשטאנען פון סתם צוקוקערס, פאפאנע (מענצער און ג"ב זענן געשטאנען אויבן אן) וויזניצע וכדומה, פונקט ווי זיי האבן געזאגט אויף סאטמאר שבת הכתרה. און מיט אלעם איז געווען א קלענערער עולם ווי אין סאטמאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 03:57 |
|
| |
-
תוקן על ידי - kj_village - 05/06/2006 4:05:34
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 03:50 |
|
| |
שוין ווייטער האט מען זיך אינטערגעשאצט!!
אבער, איך מיין אז עס איז נישט געווען מער וואס צי טיען, פארפאלן די שטח פין ביהמ"ד אין ארום איז צי קליין פאר די מעגא ריזיגען עולם
ווער עס איז נאר געווען אין קר"י האט גלייך געזאגט אז אפילו פאר דער עולם וואס עס איז נאר געקימען דאווענענן די ערשטע נאכט אין ביהמ"ד איז שוין די גרויסע שול אויף ראסס סטריט אין וומסב"ג צי קליין
ווער רעדט נאך פין בייטאג!! אויב ביסטי אנגעקימען ביי יוצר אין שול, האסטע אויף קיין פאל נישט געקענט אנקימען אינעווענדיג אין שול ציזאגן אז מען איז געשטאנען צינוף געפרעסט ווי סארדינס, איז נאך שיין געזאגט צי גיין אין ביהכ"ס אינמיטען דאווענן איז געווען א אומעגליכע זאך איך האב גראדע יא געהאט מיין זיץ אבער כ'האב טיף געשוינט די וואס האבן נישט געהאט!!!
ב"ה מיר האבן נישט געדארפט דינגען קיין פראפעשענעל פאטאגראפער פאר נעילת החג טיש, אזוי ווי סיגוט האט געטיען ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט!! פין אלע עקן וועלט איז מען געווען אין קר"י שטעלט נאר אפ איינעם אין פרעגט עם וואס דארט האט זיך געטיען
יעדער האט געפרעגט האט זיך סאטמער בכלל ציטיילט??? אויב יא וואס איז געבליבען ביי סיגוט????
ברוך השם פאר אזא שיינעם יו"ט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 02:55 |
|
| |
וואס זאל איך אייך זאגען, יעצט קענט איר מער ארויס האבן די אפטייטש פון די ווערטער "הדרא דלא אפשר למפרט בשפת תא" ס'ממש נישט אראפצושרייבען אדער ארויס צוברענגען מיטן ליפן,
וואס דען, איך וויל אייך נאר זאגן א קלייניקייט, איינע פון די זאכן וואס איך האב מיטגעמאכט,
פאר יו"ט האב איך געהאלטען אז עס פעלט מיר נישט אויס צי דינגען א זיץ, איך וועל מיר שוין טרעפען א פלאץ ווי אראפ צושטעלן מיינע צוויי פוס רואיגערהייט, האב איך געטראכט.
יו"ט האב איך מיך אבער שנעל איבער געצייגט אז אה, ווי, וואס, ווען, נישטא אזוינס. נישט דעם יו"ט, נישט אין דעם שול.
כדי צו האבן אביסעלע ליפט און פלאץ, האב איך מיך געשטעלט ביי די צוגעבויטע שטיקל אויף דרום וואנט, און די בעק דורך-גאנג, פאר עטליכע סיבות, ערשטענס, וויבאלד עס איז זייער ווייט געווען האב איך געמיינט אז עס וועט זיין פלאץ, צווייטענס, עס איז געווען העכער פונעם גאנצען שול האט מען געקענט גוט זעהן ביזן ארון קודש, און דריטענס, דארט איז געווען א עקסטערע עיר_קאנדישען סיסטעם, אזוי אז עס וואלט ווען באדארפט צו זיין אסאך מער ליפטיגער.
אבער וואס מיינט איר, איך רעדט שוין נישט פין דעם, אז מיין אשת חיל ברויך ארויף צונייען פין דאסניי "אלע" קנעפלעך אויף מיין בעקיטשע, נאר פארקאש טליתים באקומט צו לייזען דערפון, מיין טלית איז צירוסען געווארן אויף עטליכע פלעצער צוליב וואס דארט אינעם דורך-גאנג איז געווען אזא מין שטופעניש, און ווען איינער האט פרובירט אריבער צוגיין האט זיין קנעפל מיטגעשלעפט מיין טלית, אדער אריינגערוקט און די שפוץ פון א באנק, אזוי אז עס איז נישט געבליבן גאנץ. מיין טיש-בעקיטשע ליגט שוין ביי די קלינערס, נאכן שטיין אויף די פארענטשעס אפאר שטונדן צוזאם געפרעסט ווי סארדינס, מיין שטריימעל -נאכן ליגן א גאנצען דאווענען אינטער אנדערע דריי שטריימלעך אינטען אין היכל ראזענבערג- וואלט מען ווען אויך געדארפט איבערקעמען, נאר דאס איז שוין ציפיל געלט.
און מיינט נישט אז איך בין א שלימזל, איך בין נישט דער איינציגסטער מיט אזעלעכע מעשיות, צענדליגע אנדערע האבן דאס מיטגעמאכט,און נאך אסאך ערגערס,
נאר ברוך השם, נאר אזוינע צרות, מיר דארפן דאנקען דעם אייבירשטער אז מיר באלאנגען אהער, און אז מיר האבן ב"ה די מיטמאכענישען.
איך וויל נאך שרייבען נאך, נאר איר פארשטייט אווודאי אז הזמן יכלו והם לא יכלו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 01:04 |
|
| |
ביים דאווענען זענען געווען מענטשען וואס נאכ'ן נישט טרעפן קיין פלאץ אין ביהמ"ד אפילו צו שטיין, זענען ארויף אין קידוש שטיבעל מיטצוהאלטען די הייליגע תפילות.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 00:39 |
|
| |
דער אמת איז געווען אז מען געוואלט באשטעלן א טענט פון 20,000 סקווער פיס אבער סאיז נאר געווען א רויטע און ווייסע דאך און סקומט אויך מיט 20 פאולס האט מען גענומען די 16,000 סקווער פיסיגע טענט און ס'איז טאקע געווען צו קליין וואו יעדער האט געזען
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 00:38 |
|
| |
רבותי.
ביטע הערטס אויף צו רעדן פון UNITS. הערטס אויף צו רעדן פון עולם ווייל עס מאכט מיך ברעכן.
מיר האבן טאקע געהאט א קיימא לן פון 8 טויזענט נפשות (UNITS) איז וואס?
נישט דאס איז געווען דער באדייט פון יום טוב שבועות אין קרית יואל בשנת תשס"ו נישט דאס איז געווען דער הויכפונקט. נישט UNITS איז די עיקר. UNITS איז נאר ארויסצונעמען יענעם די אויגן.
מיר האבן געהאט אזוינס וואס קיינער קען נישט קאמפיטן. דאס איז EMOTIONS. דאס איז CHEMISTRY דאס איז געגועין און השתפכות הנפש.
דאס האט נישט קיינער דאס קען מען מיט בילדער נישט ארויסברענגען.
און ווען 8 טויזענט UNITS שפירן דאס איז עס נישט מעין עולם הבא נאר טאקע עולם הבא זעלבסט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2006 00:21 |
|
| |
מדארף טאקע אויך צולייגן די מענטשן וואס האבן זיך אריינגעלייגט בלב ונפש די לעצטע פאר וואכן
אז אלעס זאל קלאפן געהעריג.
בראש וראשון יושע יודא וויינשטאק. דערנאך דוד יודא קאהן. זיין ברודער חיים שאול קאהן. בנציון
זאלדאן. שלמה הערש ברא"י עקשטיין. אברהם שמואל פרידלענדער. און אלע אנדערע איבערגעגעבענע
עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט זייער לייב און לעבן און נישט געשלאפן טעג און נעכט אז אלעס
זאל קלאפן ווי ס'דארף צו זיין.
אויך איז געווען די ערשטע מאל וואס די קר"י קהל האט זיך מוראדיג שיין צוגעשטעלט מיט געלט און
ארבעט אז אלעס זאל קלאפן אויף הונדערט פראצענט, וואס יעדער האט געזען אז מ'האט נאך קיינמאל
נישט צוגעשטעלט אלעס אויפן בעסטן אופן וואס מעגליך לויט די אומשטענדן.
מ'רעדט שוין ערנסט פון בויען נעקסטעס יאר א נייע בילדינג פאר טישן און פארקינג. (איתמר
מייזליש חלומ'ט שוין וועגן אויפהייבן די כולל בילדינג און אוועקטראגן, נאכדעם מאכן א גרויסע
בילדינג מיט א טאנעל צו און פון ביהמ"ד. און אונז ווייס מיר אז איתמר קומט געווענטליך אן מיט
זיינע חלומות...).
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 22:03 |
|
| |
הדרא דלא אפשר למפרט בשפוותא, א שיינקייט וואס מען קען מיט'ן מויל נישט דעסקרייבן. אנטשולדיגט ברידערלעך, אבער דעם יום טוב שבועות אין קרית יואל איז נישט מעגליך צו באשרייבן. ווער עס איז נישט דארט געווען וועט עס קיינמאל נישט קענען באגרייפן. איך פארשטיי אז עס זענען פאראן אידן איבער די וועלט וועלכע לעכצן צו הערן וואס דא איז פארגעקומען, אבער דאס איינציגסטע וואס איר קענט ארויסנעמען פון דא איז אביסל אינטערעסאנטע דעטאלן איבער דאס און יענץ. ווער עס האט פארפאסט דעם יום טוב האט פארפאסט א היסטארישע געשעעניש (קען זיין ס'וועט זיך נאך אמאל איבער'חזר'ן, אבער איר וועט דארפן ווארטן א שטיק צייט אז דאס זאל געשען).
דער ריזיגער ציבור - א ציבור וואס די שטאט קרית יואל האט נאך קיינמאל נישט געזען; דעם רבי'נס אקדמות; די שווארצע געפאקטע גאסן; דער שטארקער געדרענג אין בית המדרש, טראץ די הונדערטער צוגעקומענע זיצן; די הערליכע טישן; די געוואלדיגע התעוררות ביים זינגען והאר ענינו; די בכיות נוראות ביי אהבה רבה; די הייליגע פייערדיגע תורה'ס; דער השם מלך וואס האט אפגעהילכט איבער אלע גאסן פון קרית יואל; ווי נעמט מען די פעדער דאס אלעס צו באשרייבן? איך אנטשולדיג זיך פאר'ן ווערן איבערגענומען פון מיינע געפילן, אבער יעדער איינער וואס איז געווען אין קרית יואל וועט ענק זאגן די זעלבע זאך. אויב איר האט דאס פארפאסט דעם יום טוב האט איר עס פארפאסט, פינטל. נישט קיין בילדער, נישט קיין באשרייבונגען, נישט קיין פערזענליכע שמועסן מיט אנדערע מענטשן וועט אייך געבן צו פארשטיין אפילו א מקצת שבמקצת וואס דא איז פארגעקומען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 21:45 |
|
| |
איך וואלט געוואלט בעטן "געגאנגן" זאלסט ארויפלייגן נאך אינטרעסאנטע פונקטן אזוי ווי פריער, למשל איך האב געהערט אז דער פארקינג ארום די אלע גאסן פון ביהמ"ד איז געווען שרעקליך. אויך אויב די קענסט געוואויר ווערן וויפיל באסעס זענען געפארן פון וויליאמסבורג און בארא פארק וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 19:33 |
|
| |
איין וויכטיגער פרט וואס איז אויסגעלאזט געווארן, איז די הערליכע הארמאניע פון די ניגונים,
כ'מיין אז אין סאטמאר'ס היסטאריע האט נאך קיינמאל נישט אזוי געקלאפט די ניגונים ווען עס איז
געווען אזא ריזיגער ציבור (וואו דער קול ווערט פארשלונגען צווישן די טויזנטער מענטשן, און די
ברענטשעס שטייען אזוי ווייט אפגערוקט אז מ'הערט נישט פון איין זייט צו די אנדערע).
אלעס צו פארדאנקען פאר דעם יונגערמאן ? אקער, באמת אהערגעשטעלט א מייסטער ארבעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 19:13 |
|
| |
צווישען די כתובה טיש און של"ס ווען די רבי איז געגאנגען דאווענען מנחה, איז געווען א ליין ביי די ביה"כ אין ביהמ"ד נעבן היכל ראזענבערג צפון זייט ביז ארויס אויפ'ן גאס דרום זייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 17:55 |
|
| |
זענטער
דע תורה מיט דע בחינה האט ער געזאגט ביים כתובה טיש
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 17:46 |
|
| |
קען עימיצער דא איבערשרייבן די תוכן פון די דברי תורה'ס? אדער כאטש קורצע מאמרים, צי הויכפונקטן פון די געדאנקען וואס רבינו שליט"א האט ארויסגעברענט? כ'האב געהערט איין גוטס, ביי די סעודה וואס רבינו שליט"א האט געגעסען מיט די געסט האט ער אראפגעלייגט וויאזוי ס'איז צוגעגאנען דער "כפה עליהם הר כגיגית" און דערנאך זיך געשטעלט אז לכאורה נאכדעם וואס דער רבוש"ע האט אריינגעכאפט כלל ישראל אונטערן בארג און געצווינגען צו נעמען די תורה, ווי ממוז האלטן 613 מצוות, נו, האט מען לכאורה געברויכט מאכן דעם טאג פאר א תענית און טרויער, און דערווייל זעה מיר גאר אז "הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם"? - מ'מאכט סעודות און מ'פרייט זיך? נאר - האט רבינו שליט"א אויסגעפירט - מיר זענען גאר שטארק צופרידן פון דעם געשעפט, מיר דאנקן דעם אויבערשטען אז ער האט אונז אזוי אריינגעכאפט... איך בין נישט דארט געווען, אבער איך קען זיך פארשטעלן וויאזוי מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט דאס אראפגעלייגט מיט א געשמאק. ווער עס קען עס בעסער איבערגעבן ווערט געבעטן "אל תמנע טוב מבעליו".
|
|
|
|
| נשלח ב-4/6/2006 16:51 |
|
| |
SIM איך וואלט דיר נישט געדארפט ענטפערן ווייל די קומסט שוין אז מ'האט געטון קעגן די הלכה.
איך ענטפער נאר פאר די אנדערע וואס וויל פארשטיין
דער חתן האט עולה געווען אינדרויסן. נאר די באווארפן איז געווען ביי הגבה
|
|
|
|
|