די מוסרים והולכי בערכאות קאמפאני פון דעם נועם המדות און פורים רעבע, רז"ל זענען נעכטן אריין אין ציוניסטישן געריכט אין בני ברק.
אן קיין היתר בית דין אן קיין עיקול בלויז מיט דעם היתר פון "עבר ושנה נעשה לו כהיתר".
וועלן מיר זעהן אויב די פעיראלל דיינים וועלן יעצט ווידער שוויגען ווען דער ויואל משה און דער על הגאולה ועל התמורה ווערט ציטראטן
הדה היא דכתיב: להחזיר עטרה ליושנה
נשלח ב-22/6/2006 00:01
איך פארשטיי נישט ! וואס טוט זיך מיט הרב קארעליץ ???
נשלח ב-21/6/2006 22:42
נשלח ב-19/6/2006 16:38
?
נשלח ב-7/6/2006 20:35
די זאליס האבן אריינגעבען א פארלאנג פאר א tro פאריגע וואך מיטוואך.
אין דער ריכטער האט עס ארויסגעווארפן זינטאג.
מאנטאג נאכן מעכטיגן דורכפאל זענען זיי אריין מיט אין קארט מיט געהעריגע קלאגעס דער אונטערשרייבער איז דער מסור מענדל וואלערשטיין די מנהל המוסדות פון ירושלים.
נשלח ב-6/6/2006 23:09
וואס האבן די זאליס געבעטן זונטיג, וואס בעטן זיי יעצט, וואו זענען זיי געגאנגען, ווער האט
אלס אונטערגעשריבן די קלאגע וכו'.
איך וועל דיר אויך שטארק מכיר טובה זיין אויב דו וועסט ארויפלייגן דא די געריכטליכע
דאקומענטן. יישר כח פון פאראויס.
נשלח ב-6/6/2006 22:49
שור פריי דיך נאך נישט די זאליס האבן שוין א תירוץ דעראויף
אז די ריכטער האט געהייסן פאר ר' משה חיים ווייס איבער געבן קלע ביכער פאר וואלענשטיין....
נשלח ב-6/6/2006 22:47
וואס פארשטייסטו נישט פרעג וועל איך דיר ענטפערן.
נשלח ב-6/6/2006 22:42
שור.
אפשר טוטסו אונז א טובה און דו דערציילסט געהעריג וואס דא גייט פאר ?
ישר כח.
נשלח ב-6/6/2006 22:40
הודו לה' כי טוב לעולם חסדו!!!
מיט א שמחה עילאה זענען היינט אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר אויפגענומען די בשורה מרנינה אז די פושעים והולכי בערכאות של המדינה הציונים, האבן דעם זינטאג געליטען א גאר שטארקע דורכפאל ווען זיי האבן געבעטן די ציוניסטישע פרייער ריכטער זיי צו געבן א TRO און נאר דער מסור מענדל וואלערשטיין זאל קענען פירן די מוסדות און ער זאל זיין דערווייל בעל הבית.
דער ציוניסטישע פרייער ריכטער האט דאס ארויסגעווארפן און אלעס אויסגעמעקט און געבען פאר זאליס גארנישט!!! און נאכאמאל גארנישט!!! די גאנצע TRO אין גארביטש אלעס אלעס!!!.
די זכות פונעם הייליגען מייסד המוסד מרן רביה"ק קודש הקדשים בעל ויואל משה זצוק"ל וועט באשטיין די הייליגע מוסדות הקדושים יטב לב דסאטמאר אז די פושעים וריקים זאלן נישט האבן קיין שליטה דעראויף!
די פאפירן פונעם TRO וואס וואלערשטיין האט געבעטן בשליחות פון רבו ראש המוסרים הר' חיים הערש טייטלבוים מירושלים, איז היינט אנגעקומען צו די הנהלת המוסדות הק' פון בני ברק, און ביז היינט האט מען נישט געוויסט פונעם גרויסן דורכפאל וואס די מוסרים האבן געהאט.
צוליב דעם איז וואלערשטיין אריין שנעל מאנטאג נאך א מיטונג מיט חייים הערש, אריין אינעם ציוניסטישען געריכט געהעריג מיט קלאגעס קעגן די הייליגע מוסדות הקדושים, נאך פאר די פאפירן קומען אן צו די מנהלי המוסדות.
המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד!
נשלח ב-6/6/2006 21:41
גערעכט אבער נישט גערעכט
גערעכט אז זיין וואלטן עווענטועל געמוזט זיך אריינמישן
אבער נישט גערעכט
ווייל לויט מיין שאצונג, וועלן די רבני בני ברק, הרב לאנדא, הרב וואזנער, און זיך נישט לאזן
ווארטן, און די זאליס וועלן מוזן זיכן א וועג ארויס, מיט די קלענסטע שאדן וואס מעגליך, אזוי
ארום וועט די בית דין "הגדול" קענען מקיים זיין "זאט מאכן די לייב, און די שעפעלע זאל בלייבן
גאנץ"
ממילא קום איך צוריק צו מיין פוינט, אויב האבן זיי געהאלטן אז זיי האבן א רעכט צו רודפ'ן הרב
חיים צבי מייזליש דעמאלטס, וואלטן זיי ווען נישט געלאזט זיך ווארטן ביז......... די אישו וועט
עקספייערן
נאר הוא הדבר אשר דברנו, בית הגדול """"שבירושלים"""""""""
נשלח ב-6/6/2006 21:05
פאקטיש
איך האף אז זיי גייען נישט בלייבען שטיל אין לכאורה גייען זיי טאקע נישט בלייבען שטיל
עס איז א פראגע פין צייט, ביי חיים צבי האבן זיי אויך נישט געארבעט אויף די מינוט
עס נעמעט ביז די אלע זייטיגע יוצרי משרתים ווערן רואיג, אין דאן קען מען עפעס טיען
-
נשלח ב-6/6/2006 21:02
העי יוסעלע!!!
שלום עליכם!!!!!!
נשלח ב-6/6/2006 20:38
איך האף אז די חברי הבי"ד וועלן בלייבן שטיל און דערביי דערקלערן פאר די וועלט אז די "בי"ד
הגדול שבירושלים" איז טאקע די "בית דין הגדול """שבירושלים""""
נשלח ב-6/6/2006 20:34
קען איינער אפשר ארויפלייגעם אויף יו סענד איט דעם כתב תביעה?
לאז אונז זען במה המדובר.
נשלח ב-5/6/2006 20:46
איך בעט די טויגליכע פון די פורום זאלן לתועלת הענין, זיך ביטע נעמען די מי, און אריין סקענען די אלע סימנים פונעם ספה"ק ויואל משה ערגעץ אין מיטן מאמר שלש שבועות, ווי דער רבי איז מסביר בדם לבבו הטהורה ע"פ חז"ל ראשונים ואחרונים, די שרעקליכע הארבקייט פון גיין בערכאות אין א מדינה פון כפירה ומרידה במלכות שמים...
יעדער ווייסט אז אפי' די פרומע אידן וואס פאלן נעבעך דורך אינעם חומר פון בחירות, גייען כמעט קיינער נישט צו די פארפוילטע פארשאלטענע בגבול"צ...אפגערעדט א מוסד...
די חילול השם איז איום ונורא!!!
ווי אזוי וועל מיר קענען לוחם זיין קעגן די בחירות!!! ווען "סאטמארע" אידן גיין זיך מתדיין זיין ע"פ חוקי המדינה הטמאה!!!