איך האב געזעהן אלע צעטלעך אין ביהמ"ד און איך האב מיך געבראכען
סהאץ געפועלט
מהיום והלאה
טראג איך נישט קיין שייטל אין דעם עירוב וועל בל"נ נישט שמועסן ביים דאווענען נאר מיט א כשרע סעלפאן, איך גיי הארגענען אלע שונאי ישראל מיט "אזיכערן טויט" דורך איינשרייבן זיי אויף'ן אינטערנעט שער מיך די בארד נאר מיט א מאשינדל וואס האט א שיעור חזון איש גיב איך איין איניינציג פרוטות פאר ר' חיים פאלאגי יעדן ערב שבועות נעם די באסעס פון די באבעווער חתונה קיין באפאלא צום ציון פון יונה לאנדא קויף די נייע עוז והדר ש"ס מיט ניי געזעצטן פירוש ר"ן אויף שאטנשטיין
טאמער וועט מיר בלייבן צייט נאך אלע פרקי אבות שיעורים מיט חברת תהילים וועל איך קויפן די טעיפס פון ר' שמשון פינקוס מיט הגהות ר' אביגדור מיללער אויף זוהר חדש פון ר' דניאל פריש.
כהאב עפעס פארגעסן?
שנעל ווייל איך ברעך צוזאם
תוקן עבור שגיואת
תוקן על ידי - baachi - 05/06/2006 21:53:29
נשלח ב-6/6/2006 20:14
עבירה גוררת עבירה.
לעצטענס איז מבורר געווארן אז רוב בראנפען'ס זענען נישט כשר, גייסטו אין די לייגסט עס נאך אריין אין א פאום קאפ?
די איינציגע וועג צו כרשן די בראנפעןס זענען מיט די נייע כשר פילטער'ס.
נשלח ב-6/6/2006 01:49
Draga Bacsi ! nagyon koczoktum, igen jo volt, koszonom szepen
נשלח ב-6/6/2006 00:52
די רעדסט פון די כשרע קאפס?
אינטערסאנט, ביי אונז און שטיבל נוצט מען דאס אויף בראנפן גלעזלעך, שמעתי אז סאיז דא מקומות וואס מטרינקט דערין קאווע.
סאיז אמת?
נשלח ב-6/6/2006 00:36
זיי זיך מקבל נישטו צו וואשען דיין עבודה זרה שייטל מיט שמעקעדגע פערפיום.
נישט צו טרינקען מילעך פון א טריפה מיט א פאום קאפ.
נשלח ב-6/6/2006 00:30
נשלח ב-5/6/2006 23:19
IPOD? IPOD?
דאס איז א מין בונדל?
וועגן די לעטוס, סמוז אוודאי זיין געשווענקט מיט שטאטישע וואסער, די שרצים זענען נאך ב"ה נישט אנגעקומען קיין מאנסי.
אבער למיחש מיהא בעי, האב ארויף געלייגט א פילטער אויף דעם געאסערטן שבת קראן. סהאט א הכשר פון וועד העיר.