נעילת החג טישן: פונקטליכע חשבון
מצורף קובץאיך ווייס דער עולם ברעכט שוין פון די בילדער אישו, אויב איינער איז נאך אינטערסירט, האב איך אפגעציילט פונקטליך די קאפ-צאל פון ביידע טישן..
איך האב געשטיקלט די בילדער פון די קליפס, איך האב פרובריט ווי ווייט מעגליך צו זיין זייער פונקטליך, סיי נישט פארדאפעלטן און סיי נישט פארשניידן.
איך ווייס דער עולם וועט שרייען איך האב געשטיקלט און געפעלשט, עטס קענט אלע וואטשן די קליפס עטס וועסט זעהן אז עס איז די מערסטע פונקטליך וואס איז נאר מעגליך.
אויך האב איך גענומען אין באטראכט די פאלגענדע פאקטן:
1. אויף די פארענטשעס ווי מ'שטייט זענען אלס דא מער מענטשן, ווי אויף דחי בענק ווי מ'זיצט.
2. די צאל שטאקן אויף די פארענטשעס אין רייעס בענק האב איך גענומען פון די ליידיגע בילדער ווי עס איז זייער קלאר.
3. די צאל מענטשן אין די לענג האב איך אפגעציילט די ווייסע פינטעלעך וואס דאס זענען די פנים'ער, פאר יעדע פנים האב איך געלייגט א רויטע פינטל.
4. איך האב נאר גענומען פון איין זייט, אלס א סעמפל, פשוט ווייל איך האב נישט קיין צייט צו די רעסט, אבער איך מיין אז עס איז פעיר עס צו ניצן פאר א סעמפל,
5. אויף מערב איז אין קרית יואל איז געווען לכה"פ 400 מענטשן, און אין וומ"ס לכל היותר 100, דאס זעהט מען קלאר אויף די בילדער און קליפס
6. מזרח, שאץ איך האבן ביידע געהאט בערך 70 (איין לאנגע רייע מיט א ביסל אונטערשטייערס)
לויט די 2 בילדער איז אין טענט אין קרית יואל געווען דאפעלט ווי ראס סט. אין וומ"ס.
בילד 1. טענט אין קר"י
פארענטשעס: 9 שטאק
מענטשן פער שטאק: 97
בענק: 8 רייעס
מענטשן פער רייע: 68
ס"ה = 1517 (נאר איין זייט)

 |
|
|