איך דארף האבן די אלטע - און נייע צוגלייך - ביכער אויפן רבי'ן זי"ע, איך געדענק שוין אליין נישט די נעמען, דוקא און בלויז אויף אידיש.
איך האב ביז איצט געשאפן:
דער סאטמארער רבי (ראזמארין - געשריבן בחיים חיותו פון רבי'ן, תשכ"ז) די תקופה פון סאטמארער רב (בית רחל) פארגאנגענע וועלטן 2 בענדער (שיינבערגער - איך ווייס אז עס איז צריך בדיקה) מאפילה לאור גדול 2 בענדער (הערשל פרידמאן) זכר צדיק לברכה 2 בענדער (אברהם דוד גליק) דער רבי פון כלל ישראל (שלמה יענקל) פעולת צדיק לחיים (שטיינבערג) [שקיעת החמה] (מסעות ישעיה)
וואס איך ווייס אז איך האב נישט: נפלאות מהרי"ט (ר' נתנאל'ע פארקאש כמה חלקים?) תפארת יואל (בודק כמה חלקים?) דער זייל פון די אידישע וועלט (מנחם מענדל גערליץ) זכרון בספר (לאנדא) מבצר תורה ויראה (קרית יואל 3-2 בענדער) דער קרוין פון כלל ישראל (?) און א ביכל פון חיים משה שטויבער פארגעסן דעם נאמען (ערשינען תש"מ)
***
איינער קען מיר מודיע זיין וואו מען קען שאפן איינער פון די דערמאנטע ביכער - קונטרסים? איינער האט קאפיעס פון איד, אידישער קוואל אד"ג?
אדער אויב איהר זענט ביכולת ווינציגסטנס אנפיהלן די ליסטע אז איך זאל וויסן כאטש וואס עס פעהלט?