בית פורומים כל העולם כולו

דער בלאט פירט מערכה קעגן באבוב - רמ"ד?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/6/2006 23:53 לינק ישיר 
דער בלאט פירט מערכה קעגן באבוב - רמ"ד?

צוליב אסאך פארלאנגען אין תיבה אישית איז געטוישט געווארן דער קעפל





גל_עיני:







קרית יואל רבי פייט מיט באבוב
האדמו"ר מקרית יואל בן הברך משה מסאטמער שליט"א גייט ארויס מיט א מערכה אנגעגן באבוער רבי שליט"א, ער ניצט זיין שופר דער בלאט צו טשעפנען באבובער חסידים.

מאן האט זיי געבעטען ווי לאנג זיי קענהן נישט ארופשלינגען און שרייבען אויף אונזער רבי האדמו"ר מבאבוב, און אונזערע רוב אבד"ק באבוב זאלן זיי גאר נישט שרייבען, נעמען זיי ארופ פון היידפארק PIC און שרייבען וולאכע טיטול זיי ווילען.

אנטשולדיקיט קרית יואל חסידים איך האב נישט פערסונאל אנקייגען אייער רבי, אבער ער מיט זיין ציטונג טשפענען מיר, ממילא  קעהן איך אים נישט אנדעקענן אלץ סאטמער רבי. 
דער סאטמער צייטונג רופט מיר באבוב רוף איך אים סאטמער אויך
נאר איין שאלה פארוועס?
וואס פעלט דעם קרית יואל רבי א פייט מיט אונז וואס פארדינט ער

ברענגנייעס:
מר גל עיני

מיר אינטערעסירט קנאפ באבוב

אבער לאמיר דיר דערציילן עטליכע פאקטן בנוגע סאטמאר

סאטמארע רבי ווערט מען נישט אויב באבוב א אדער באבוב ב' איז מסכים, סאטמארע רבי ווערט מען
ווען רובא דרובא סאטמארע חסידים זענען זיך מכניע און נעמען אויף א רבי

דער בלאט איז א סאטמארע צייטונג אמת און וואר, אבער דער בלאט ווערט נישט אנגעפירט,
דירעקטירט, מוגה דורך סאטמארע רבי

יעצט "מיין פערזענליכע שטעלונג" בנוגע 'דיין רבי' מיט 'מיין פאליטיק' איז אזוי

ר' אהרן וועלץ האט פארדינגן/פארבארגט בנינים וועט רמ"ד באבוב האט עס געדארפט, און רמ"ד באבוב
האט פארדינגן/געבארגט בנינים פאר ר' אהרן וועלץ שונאים ווען זיי האבן געדארפט

ווייטער, איך בין נישט ר' אלימלך דייטש'ס ווארטזאגער, נישט ר' שמואל ווידער'ס ווארטזאגער,
אבער איך פריוואט האב הנאה אז דו און אפשר נאך רמ"ד באבבו מענטשן פארשטייען אז די וועלט איז א
"טו וועי" סטריט,

א רבי ווערט מען נישט פון טיטלן און בילדער אין א צייטונג און אוודאי אז מען ווערט נישט אויס
רבי פון נישט בילידער און טיטלן אין א צייטונג

נאר וואס דען, מען דארף וויסן אז ווען מען גיבט כאפט מען צוריק

Mench:
מר. גל עיני

מאך דיך נישט טאמעוואטע

די ווייסט גאנץ גיט אז עס האט גאר נישט מיט די גאנצע קהילה

עס איז א צייטינג פון א פריוואטע מענטש מיילעך דייטש, און קיינער פון די קהלה שטיצט אים נישט מיט דעם, יעדער האלט אז ער טוט א עוולה נוראה, נאר ער מיט זיין גרויסען שכל האט באשלאסן נישט צו דעקן קארטשין

סא האב נישט טענות קעגען גאנץ סאטמאר נאר קעגען איין מענטש

yosefelye:
גל עיני,
אז דיין רבי, רבי מרדכי דוד מעג טשעפען מיט סאטמאר מיט זיין בנין,
פארוואס טאר נישט דער סאטמארער רבי שליט"א טשעפען מיט ענק מיט זיין צייטונג?

גל עיני, מיך אינטרעסירט די באבעווער מחלוקה ווי דער פאריעריגער שניי,
נאר אויב טראכסטי צו פארדינען מיט שרייבן אויף אונזער רבי אויף אזאך
וואס ער האט לגמרי נישט קיין שייכות, דאן, PLEASE MAKE MY DAY,

אויב פארלירט דיין רבי די מערכה אין באבעוו, איז א גרויס חלק צו פארדאנקן
דיין טפשות דא אויפן נעט, NOTHING PERSONAL 

Mench:
ברענג נייעס צופעליג ביזטו נישט גערעכט

באבוב האט א גוטע טענה, און זייער א ערנסטע טענה

וואס עפעס זאל זיך סאטמאר אריין מישן אין א מחלוקה פון א פרעמדע קהלה?

עס איז ממש א חוצפה

פארוואס עפעס זאל דער בלאט אפמאכן ווער עס איז באבוב, ווען עס איז א ערנסטע מחלוקה, עניטיים נאך אזוי ערענסט ווי אין סאטמאר?

נאך דערצו ווען באבוב (48) האט ערנסטע און גערעכטע טענות קעגן באבוב (45) און אנדערש ווי דא (מיט זאלי) האט ר' מרדכי דוד די פולע רעכט צו זיין באבובער רבי, סא וואס האט דער בלאט אריין צו רעדען?

פאר דעם אליין, פאר די חוצפה, זענען ר' מרדכי דוד'ס מענטשן גארנישט שולדיג פאר סאטמאר

די ווייסט גאנץ גוט אז קאווערידזש אין א צייטונג איז מער וויכטיג אמאל ווי א בילדינג, ווייל ווען נישט וואלטן די ארונים נישט געעפנט א צייטונג

נאר וואס דען, דאס וואס איך שרייב אין פריערדיגען אשכול, דער בלאט איז נישט סאטמארס צייטונג, לערנטס ענק אויס

עס איז מיילעך דייטשעס צייטונג און ער וועט נישט אפמאכן ווער עס איז באבוב, און א ראי' האסטו, אז דער רבי שליט"א איז געגאנגען צו די גרויסע באבובער חתונה (פון רמ"ד, עטליכע חדשים צוריק), מיט א שטריימל, און איז געווען דארט דער ערשטער רבי

ווייל נישט מיילעך דייטש וועט אפמאכן וואס סאטמאר האלט, און לויט מיין אינפארמאציע, איז עס זיין אייגענע מיינונג, קיינער אין בלאט שטיצט אים נישט, אויסער, אפשר דער .... יאסי בראך וועלכער חנפ'ט זיך צו בענבארבער

נאר פאר גל עני, וואס ווייסט די אלע זאכן און מאכט זיך דא טעמעוואטע, זאג איך, אז פארפאלן, ער דארף נישט ווערן דערשראקן ווען דער בלאט טוט עפעס, ווייל עס איז נאר מיילעך דייטש וואס האט אפגעמאכט דערווייל נישט צי קאווערען געהעריג קארטשין

בא_ללמד:
מיין מיינונג איז אז דער בלאט איז א פריוואטער אייגנטום פון א יחיד, און איז נישט דער
סאטמארער רבי.

אבער גל עיני, פארוואס האסטו פארשטאנען - און איך האב עס אויך פארשטאנען - אז פאר געלט מעג
רמ"ד פארדינגען א בילדינג פאר די זאליס, טראץ וואס עס איז א מעסער אין רוקן פאר סאטמאר, אבער
געלט איז פאר אלעם.

און פארוואס פארשטייסטו נישט אז אלימלך דייטש מעג פאר אפאר דאלער פארדינגען זיין צייטונג פאר
רב"צ ?

אדרבא, נעמט אביסל פון וואס איר באקומט פון די זאליס און געט עס פאר אלימלך דייטש, וועט זיך
די גאנצע סיטואציע טוישן...

גל_עיני:
אונז האבען געבעטען מלך דייטש פון דעם בלאט אז ער זאל אונז נישט דעקען ווי לאנג ער קעהן נישט ארופ שלינגען אז אונז זענען באבוב, ווען ער איז שטיל וואלט איר נישט געהרט פון מיר, להיפך איך וואלט הנאה געהאט אלעס באבובער חסיד  צו זיין נוטראל, 

 אבער דער בלאט האט זעך נישט גיקענט איינהלטען און געלעפן צו הייד פארק און גלייקט PIC צו טשפענען באבוב, ממילא אלעס באבובער חסיד איז אייער רבי געוערן ביי ניר
"האדמור" ר' אהרן מקרית יואל בן בעל הברך משה מסאטמער שליט"א"

פאר דער וואס זאגאט אז דער בלאט אז א יחיד דריי מיר נישט קיין קאפ, און אויב יא דען גיי גיב מלך דייטש פעטש  ער זאל סטאפען צו אריין דרייען סאטמער און פאלטיק וואס באלנקט נישט צו איהם,
נאך מער, דער בלאט איז פונקט אזוי פרעואטע מלך דייטש'ס אזוי ווי די איד איז פרעוואטע משה פרידמאן'ס און אויב דער איד'ס קהילה האט מסביר געווען פאר משה אז ער מישט זיך און א פאלטיק וואס באלענקט נישט צו איהם, דארף דער בלאט קהילה מסביר זיין פאר מלך דייטש און בראך אויך  

אונזער קהילה האט פארדינכען די בילדינג פאר טאפ דאלארס מיר האבען דאס נישט געגבען פאר FREE צו סעפורטען א זייט, מער פאר מיר האבען דאס געטוען האט די 53 קהילה אונז געזעגט אז זיי סעפורטען דאס פאר זייערא ריזענס,  

בא_ללמד:
אין איין ווארט, מ'מעג טשעפען א פרעמדע קהילה פאר געלט אדער נישט ?

נישט קיין משלים, נישט קיין פשעטלעך. יא, אדער ניין.

גל_עיני:
ניין

גל_עיני:
איין שאלה יעדער שרייבט דא אז מלך דייטש איז איחיד ווען קרית יואל חסידים ווילען שטארק אפעס קענען זיי אים סטאפען, איך האלט אז יא,

און אז זיי סטאפען אהים נישט וואס זאל איך טראכטע?ן אז זיי ווילען א פייט

Kj_village:
הערטס אויס אויף מיט ענקער דיפלעמאטישע שפראך

גל עיני,

מיר האבן גאנץ קנאפ אינטערעסע צי הערן צי די ריפסט אן אונזער רבי אדמו"ר מסאטמער צי נישט
בכלל קיקסטע אויס צי זיין זייער א אנגעווייטיגטער מענטש {סארי....}

אדמו"ר ווערט מען ווען די חסידים טיען עס
נישט ווען די צייטונגען טיען עס


פארשטאנען???????????

בא_ללמד:
איך האלט נאך אלץ אז אלימלך דייטש איז א יחיד (פאר אינטערעסאנטקייט, שמואל ווידער איז יא נוטה
צו רמ"ד וועגן געוויסע סיבות). אבער דא איז גאר א צווייטע שאלה.

אויב דו האלטסט אז מ'טאר נישט טשעפען א צווייטע קהילה פאר געלט, פארוואס האבן ענק פארדינגען
דעם זאל פאר די זאליס ?

Kj_village:
פאקטן

1}קהל רמ"ד האט געבעטן לכתחלה קיינער זאל זיי נישט דעקן אין די צייטונגען
מילא וואס ווילסטע יעצט???

2}רב"צ האט 55-60 פראצענט פינעם עולם,
עס מאכט מער סענעס אים צי ריפן אדמו"ר שליט"א ביז די פסק קימט ארויס

3}אונז חסידי סאטמער האבן שוין לאנג געשלאגן כפרות מיט די אלע רביליך
וואס זיכן אריין צי שטיפען זייער נאז ווי אימער זיי קענענן נאר, אומגעפרעגט
מיר האבן שוין געניג געליטען פין זיי ביז היינט

מיר דארפן נישט קיינעמ'ס ארקענוג, מיר זענענן געניג גרויס
אין מיר ווייסן אז מיר האבן א רבין, אן דעם וואס עפעס א רבי'לע אדער אפאר פרעמעדע מענטשן זאלן עס ארקענענן

ברענגנייעס:
גל עיני

דו מישט 10 פאקטן

נומער איינס, זאגסטו אז 53 האט מסכים געווען איר זאלט פארדינגן די בילידינג פאר די זאליס,
וואס איך פערזענליך האלט זיכער אזוי, זאל זיי זיך גיין נישט קיין חילוק וואו

אויב דאס איז אמת, זיער מעגליך זייער מסתבר אז יא, איז מיין טענה נישטא מער

נומער צוויי, א ויב האלטטו אז פאר געלט טאר מען נישט טשעפען א צוייטע חסידות, וויל איך דיר
פרעגן, [קענסט סיווואו זאגן וואס דו וילסט] וואס וואלט איר געטאן ווען 53 וואלט נישט מסכים
געווען, איז דער תירוץ "טאפ דאלער" גענוג, אדער איז דא גענוג נאר אלץ צירוף

נומער דריי, דיין מימרא אז משה גבאי פארשטייט און ער מישט זיך נישט מפני היושר, מפני השלום
,מפני ווייל איר האט אים געבעטן, איז נאויוויטעט פון העכסטן גראד, ער האט קודם גענומען א צד
שארף פאר אנשי רב"צ מבאבוב, און ווייל ער איז גוט מיט רח"ש בן רב"צ מבאבוג, נאר ער האט צוריק
געדרייט, וווייל די טענות וואס אנשי רב"צ מבאבוב ניצן ביי די דין תורה [ און מיט וואס זיי
פארן גאנץ גוט ביי די דין תורה, לפי השמועה] איז די זעלבע טענות וואס די אהרונים וואלטן ווען
גענוצט ווען עס וואלט ווען געווען א דין תורה אין סאטמאר, ממילא האט משה גבאי זיך געטראפן בין
פטיש לסדין, אבער מצדי האלט וואס דו ווילסט אבער ביטע שרייב עס נישט, ווייל עס איז כמעט אזוי
גוט, ווי די מימרא פון משה גבאי אז רבינו בעל ברך משה זצ"ל איז נישט געקומען צו די חתונה
ווייל מען האט אים אוועק גענומען א דירה האט ער נישט געוואלט קומען

נומער פיר, דיין סטראשע אז די רופט נישט סאטמארע רבי מער נישט מיטן נאמען נאר אלץ אדמור קרית
יואל, מאכט מיר לאכן, נאר נאך איין זאך שרייב עס נישט דא אויפן פארום, ווייל די מדרגה פון
קינדישקייט דערפון ברענגט אראפ דעם ניווא פון דעם פארום


גל_עיני:
KJ


Don't be a hypocrit
 אונז אין באבוב וויסען שוין איבער א יאר אז חסידים מאכען א רבי און נישט די צייטונגען




אבער דיר וויל איך פרייגען אויב די וויסט פון דעם, פאר וואס האט אויסגפעלט דער בלאט? 

למעשה איז קלער  אז רובא דרובא פון די שרייבערס און די ליינערס דא האלטען אז מלך דייטש איז WRONG און ער סערועט נישט סאטמער ארבטען אנקעגען אונז,

מיר טיט ווי פאר וואס טשעפט אונז דער בלאט וואס האט ער פון דעם?

אונז האבען גיעפערט דעם בלאט געלאט םאר עד'ס און ער נאמט נישט

גל_עיני:
KJ
OUCH

נאך אמעל שלעכט געזעגט,

די און דיין בלאט מישען זיך אריין,
סי איז שוין איבער א חודש פון סאטמער רבי'ס פטירה האסטו געהרט א ווארט פון אונז? ניין!
אבער דער "גרויסע" בלאט האט זאך יא געמישט ביי די "קליינע רבלעך", מדוע?

Kj_village:
אנטשולדיגט, בארואיגט אייך

די  מציאות איז היינט, אז א קהלה מוז האבן א צייטונג
אבער נישט אז די צייטונג מאכט די קהלה/רבי

איך האלט אז מיילך דייטש איז נישט ראנג, ווייל

1}ווייל רב"צ האט א גרעסערע עולם
2}ענק האבן געבעטן מען זאל ענק נישט דעקען!!!!
מילא האט עס רב"צ באקימען, אוועק נעמען פין עם קען מען עס שוין נישט!!!!!!!!!!!!!!!!
מען דארף ווארטן אויף בי"ד

גל_עיני

זיי נישט אזוי פאני, קיינער איז ענק גארנישט שילדיג, ווארט רואיג ביז די פסק קימט ארויס
מיר ווארטן שוין 6 יאר אויף די פסק, קענט עטץ ווארטן לכל הפחות צוויי יאר

צום לעצט,די רדיפות וואס חסידי רמ"ד האבן אויסגעטיילט פאר רב"צ בן מוהר"ש
ענדעלט זייער שטארק צי די רדיפות וואס די זאליס האבן אויסגעטיילט פאר רבינו שליט"א בן בעל ברך משה זי"ע הכ"ם

זיי מיר אין האב מיר

גל_עיני:
KJ

אויף דיין ערשטע שאלה וואס איך וויל יעצט,
תשובה:
ווי לאנג די קענסט נישט ארופ שלינגען אז אונז זענען באבוב (וויל אזוי האבען די חסידים מחליט געוען) שרייב גארנישט לא מדובשך ולא מעוקצך

אבער זיי מסביר דא פאר דיינע סאטמער חברים פאר וואס שרייבסט יא ווען מען בייט דיר נישט צו שרייבן

גל_עיני:
ברענגנייעס
אויף די געלט שאלה וועס די האסט געפרעגט,
סי איז דא אגרויסע חילוק מאכען געלאט צו האלפען באגרובען א שונא, אדער מאכען ביזנעס מיט א שונא,  
מאן טער נישט מאכען גאלט האלפען באגרובען א שונא
מאן מעג מאכן ביזנס מיט א שונא

אויף דיין פוינט אז סי מאכט דעם פורם ביליג, און עס מאכט דיר לאכען,
געדענג סי איז אפשר שארף אבער עס האט דיר געבאדערט אז די זאלסט "גיט" פארשטיין מיין פוינט

Kj_village:
גל

אנטשולדיגט, איך ווייס נישט ווי די האסט געזעון אין מיינע ווערטער אז ענק זענענן נישט באבוב
זיכער ביז די דין תורה זענענן ביידע באבוב

אבער נישט יעדער מוז אזוי האלטן
אין מיילך דייטש האלט נישט אזוי,אשר על כן??

לכבוד_שבת:
הגה"צ רבי יושע רובין שליט"א אבד"ק באבוב באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ווען ער האט אים איינגעלאדענט צו די חתונה פון זיין טאכטער, דער סאטמאר רבי שליט"א האט מיט כבוד והערצה אויפגענומען דעם באבוב'ער רב שליט"א און מכבד געווען מיט פירות.

געגאנגען:
גל עיני. סאיז א טו וועי סטריט.

ווען ענק האבן פארדינגען די האל פאר די סיגוטער אויף שבת, האבן ענק זיך אויסגענומען א תנאי אז
די איד מוז שרייבן אויף ענק אדמו"ר מבאבאוו.

ביז דעמאלטס האסטו נישט געהאט קיין טענות אויף קיינעם, אבער בעסער געזאגט ביזט געווען גערעגט
אויף יעדן, ווייל יעדער האט ענק בויקאטעט, אדער וועגן געלט, אדער וועגן אנדערע סיבות.

למעשה יעצט ווייל ענק האבן פארדינגען די האל פאר די סיגוטער, דארף מיילעך דייטש טוישן די
ליניע און ענק רופן אדמו"ר מבאבאוו ?

אביסל קאמאן סענס.

גל_עיני:
KJ
אשר על כן שרייב נישט גארנישט, לא מדובשך ולא מעוקצך אזוי ווי מיר האבען געבעטן 

סי האט דיר געדוירט אביסעל לענגער ווי דיינע סאטמער חברים צו פארשטיין אז מלך דייטש פירט א אייגנע פאלטיק, יעצט אז די חאפסט שוין היתכן איר לאזט איהם דאס מאכען אונטער קרית יואל נומען אנקעגען דעם רצון פון רוב פון אייער קהל,

דער פאקט איז אז דער גרויסע גאס האלט אז דער בלאט בריינקעט ארויס דעם קרית יואל רבי'ס צד

איך_הער:
גל ממש א קלייניגקייט , ס'האט גארנישט מיט די דעבאטע דא , זיי אזוי גוט און טייפ א ביסל שטאטער וועסטו נישט מאכן אזויפיל מיסטעיקס מ'קען כמעט נישט ליינען וואס דו שרייבסט , אדער פאר דו דרוקסט שלח תגובה געב א קוק איבער שנעל און פאררעכט אלע מיסטעיקס . יישר כח.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2006 01:43 לינק ישיר 

גל_עיני,

מיט א שטיק צייט צוריק האט אדמו"ר רמ"ד'ס ברודער חתונה געמאכט מיט טאהש. זיין איידים נ.צ.ה. וואס איז א שונא פאר דיין רבי'ן האט דאן געמאכט א שבע ברכות ביי זיך אינדערהיים און איינגעלאדנט רב"צ צו די שבע ברכות, כדי צו באליידיגן דיין רבי'ן. נ.צ.ה. האט זיכער געמאכט אז ס'איז דא בילדער וויאזוי זיין שווער טאנצט מיט רב"צ און ער האט געאפערט 1,000 דאלאר פאר דער איד און פאר'ן בלאט אז זיי זאלן אריינלייגן די בילדער, צו מאכן בושות פאר דיין רבי'ן.

וואס מיינסטו האט דער איד געטאן?

זיי האבן גענומען דאס געלט און אריינגעלייגט די בילדער, אנמאכנדיג א גרויסן בזיון פאר ענקער רבי'ן.

ווידעראום אין דער בלאט האט מען ארויסגעווארפן דעם יונגערמאן מיט זיינע בילדער און אים געזאגט בלא, מען גייט בשום אופן נישט אריינלייגן בילדער צו פארשעמען אן אנדערן רבי'ן, און ער קען זיך האלטן מיטן געלט.

אלזא, פאר דו פאנגסט זיך אן צו לעקן צו דער איד איז גוט אז דו זאלסט קענען די פאקטן.

אגב, די בילדער האט דער בלאט נישט גענומען פון היידפארק נאר וואלף רייכבערג האט זיי עס געברענגט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2006 01:24 לינק ישיר 

עפשטיין

קודם ישר כח פאר דיין קאפלימענט

יעצט צום ענין

לאמיר מיר קלאר מאכן, איך גיי מיר נישט טוישן מיין מיינונג וואס די טענות ביי די דין תורה איז, ווייל עס איז א פאקט אז די וואך גייט פרשת נשא [ אין חו"ל] היינט איז פרייטאג, איז די זעלבע "וואס" די טענות ביי די דין תורה איז איז א פאקט, און ווען איינער האט ערשט האנטיגע אינפארמאציע, איז נישט שייך קיין צווייטע זייט

וואס איז יא שייך און דוקא יא אינטערעסאנט איז, "פארוואס" איינעם'ס געווינס אנשי רב"צ/אנשי רמ"ד זאל העלפן/שאטן פאר סאטמאר אדער העלפן/שאטן פאר די זאליס

דאס וויל איך גראדע הערן

מר. עפשטיין, אויב ביזטו באליידיגט, דא האסטו מיין 'אפאלעדזשי'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2006 00:02 לינק ישיר 

גיי האלט א וויכוח מיט איינעם וואס זאגט קלאר אז זיין מיינונג גייט מען נישט טוישען.

מיין מיינונג קענסטו עני טיים טוישען ווען איך הער דברים של טעם.

אפשר גיי איך שפעטער מאכען א אשכול וועגען דעם נושא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 23:44 לינק ישיר 

גל

איך בלעטער שוין דורך די בלאט 10 מאל און איך זע נישט עפעס ערגעץ ער זאל זאגן עפעס קעגן רמ"ד

גל וואס האט דיך ארויסגענומען פון די כלים?
אפשר ווייל סשטייט אויפן פרארנט פעידזש א פיקטשור פון שבועות סאטמאר און סאיז נישט דא קיין פיקטשור פון באבוב?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 23:37 לינק ישיר 

איך זעה אז די טענות דא האבן זיך פארצויגען און פארברייטערט, לאמיך פרעבירען צו מאכען א סך הכל


גל עיני'ס טענות קעגען רבי'ן זענען שטותים והבלים (און חוצפה), בעט יא אריין צי לייגען נישט אריין לייגען, ער פארשטייעט אליינס אז דאס איז ווי צי בעטען פון ר' מרדכי דוד'ען אליין אז באבוב זאל אראפ נעמען די קליפ פון זייער פארום ווי דער פאפער רבי טאנצט

פין די אנדערע זייט, גייט דא פאר א עיקר שכחתי

מען פארגעסט פון די עיקר פוינט וואס איז באמת א עוולה נוראה שאין כמותו אז די סאטמארער צייטונג זאל זיך אריין מישען אין א מחלוקה פון א צווייטע חסידות און - ווי אין די אמאליגע צייטן פון איד קעגן וואס דער בלאט איז לכתחילה געגרונדעט געווארען - זיך דערקלערען אלץ טאן געבער ווער עס איז באבובער רבי, אין די צייט וואס ר' מרדכי דוד איז א גרויסע קהלה פון הונדערטער חסידים און מיט דעם טשעפעט דער בלאט חנם בלא דבר מיט הונדערטער מענטשן וועלכע שפירן פאר זייער רעכט זיך צו רופן באבוב


די זאך איז נאר דא, אז עס איז נישט די סאטמארע צייטונג נאר איין יחיד, מיילעך דייטש

איז די העכסטע צייט אז סאטמארער חסידים זאלן אויף הייבן א וויי געשריי, און נישט סתם א וויי געשריי נאר א הילכיגען, און פארפירן און איבערדרייען א וועלט, קעגן מיילעך דייטש, היתכן ער פארשעמט סאטמאר פאר זיינע אייגענע אינטערעסן

יעדער וואס טרעפט אים דארף אים דאס לאזן הערן, מען דארף אים נאך שרייען , און עס מעג שוין אמאל זיין א בויקאט אויך, זאל ער עס שפירן אין זיין טאש איינמאל וועט ער וויסן אז ער איז נישט דער ווארט זאגער פאר סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 23:35 לינק ישיר 

לסיכום

רוב חברי הפורם האלטען אז "דער בעלט" האט געטין אן עולה,  

חלק מחברי הפורם האלטען אז די עולה איז נישט אזוי גרויס וויל מיר האבען געטין א גרעסערע עולה פארדיענגין אונזער מתיבתא,

יעדער איינער פון די חברי הפורם ללא יוצא מן הכלל איז זייער בייז אויף דעם טיטול
 "קרית יואל רבי"
וואס בסך הכל קומט פון איין נארשע ניק אין היידפארק אני הקטן דער "גל",

קוקט אין שפיגעל און קלערט פארוואס שפרינגען אייך אזוי שטארק אויף און טיטול
"קרית יואל רבי"
און זאג "מה דעליך סני לחברי לא תעביד"

אפשר איז צייט אז די קרית יואל חסידים זאלען אונז פארשטיין און אועק לייגען אלע הסברים פארוואס די בלאט זעל אדער בכלל נישט שרייבען פון אונז, אדער אונז רופן נארמאל "באבוב" בכבוד הראוי לרבינו מבאבוב שליט"א,

און פאר די אלע וואס זאגען אז סי איז מלך נישט דער רבי,
אנפערט מיר וואס וואלט איר געטון פאר מלך אויב מארגען גייט ער שרייבען ANYTHING וואס עס גייט מאכען א גרויסע שעדען פאר אייך,

געדענקעט אונז באבובער חסידים זענען אייך ידידים געווען ביז היינט, דאס איז דער ערשטע מאל וואס איך האב אייך געטשעפט, אבער אויב איר קענהט נישט שטיל מאכען אייערע שופר דער בלאט און אכטונג געבען אויף די כבוד פון אונזער רבי מיט זיין קליינע קהילה, קענעט איר נישט בעטען איך זאל אכטונג געבען אויף דעם כבוד פון אייער רבי מיט די גרויסע קהילה, 

איך בייט פון אייך לאמיר ארבעטן צוזממען נישט איינער אנגעקען דעם אנדערען 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 23:05 לינק ישיר 

מר עפשטיין*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

איך בין דער וואס האט געשריבן וועגן באבוב דין תורה / סאטמאר

 

און איך וועל עס איבערשרייבן

 

אבער קודם

 

עס איז  - לויט מיין מיינוג – זייער קלאר, אז בדרך כלל זענען די אהרונים שטיצער – אני הקטן בתוכם – פון באבוב חלק רמ"ד און די זאליס זענען באבוב חלק רב"צ

 

אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די פאקט, פון וואס עס גייט פאר ביי דין תורה

 

ביי די דין תורה, איז די עיקר טענות פון אנשי רמ"ד אז די קהלה, בנינים, מוסדות איז א ירושה ענין, און ממילא איינמאל רנ"צ ז"ל האט עס גע'ירש'נט גייט עס ווייטער פאר זיינע קינדער – אין אנדערע ווערטער באבוב געהערט פאר אנשי  רמ"ד

 

און די עיקר טענות פון די אנשי רב"צ איז אז באבוב איז א קהלה און אלע בנינים, מוסדות, קעמפס, בתי מדרשים געהערן פאר די קהלה וואס איז א חפצא פאר זיך, און ר' שלמה ז"ל איז געווען דער רבי, ביי זיין פטירה האט מען אויפגענומען רנ"צ ז"ל פאר רבי/רב און רב"צ פאר רב הצעיר, און וויבאלד רנ"צ ז"ל איז  אוועק איז רב"צ געווארן רב פאר צוויי סיבות, די עיקר סיבה אז ער איז שוין געווען רב הצעיר, און די צווייטע סיבה ווייל קהל האט אים  אויפגענומען

 

און לויט מיינע ידיעות, האלט עס אז בי"ד האלט ביים אנ'נעמען די טענה פון אנשי רב"צ

 

און פארוואס דאס העלפט פאר סאטמאר[אהרונים] פארשטייסטו מן הסתם,

 

אויב האסטו אנדערע אינפארמאציע לייג עס ארויף, הגם מיין מיינונג וועסטו נישט טוישן ווייל איך האב קראנטע אינפארמאציע פון אנשי באבוב ביידע זייטן, אבער לאמיר הערן וואס דו האסט צו פארקויפן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 20:32 לינק ישיר 

עפשטיין

איך האב נישט געשריבען מיין תגובה, ווייל איך האלט אזוי אליבא דאמת
כ'האב עס געשריבען פשוט : לקנתר דעם גל_עיני,

איך קען עם נישט סובל זיין ווי ער קימט דא האקן אויף רבינו שליט"א
כאילו רבינו אינטערסירט עפעס וואס עס טיט זיך ביי באבוב

בכלל, האבן חסידי רמ"ד געהאט גענעיג טובת פין צד רבינו שליט"א {ליין. אהרן וועלץ..} אז זיי מעגען זיך אויפירען מער מענטשליך
אין בפרט דא ווי זיי האבן אלעס אליינס אנגעדרייט מיטן נישט לאזן בככל שרייבען אין די צייטונגען די ערשטע יאר גארנישט
אזוי האט רב"צ באקימען!!

וואסא דיף, האט זייער גיט ארויסגעברענגט פארוואס זייער טענה אז מען זאל גארנישט שרייבען איז נישט קיין טענה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 19:59 לינק ישיר 

JK ווילידש

ער האט דיר געבעטן שרייבען באבוב? ער האט דיר געבעטן שרייב גארנישט.

איך האב אפילו נישט קיין הוה אמינא אז בית דין וועט אוועק נעמען דעם נאמען פון ר' מרדכי דוד עס גייט זיכער נישט געשען.

הגם דער וואס שרייבט אז די טובה פון ר' בן ציון איז די טובה פון לוינט זיך פאר סאטמאר צד ר' אהרן ווייסט פשוט נישט וואס ער זאגט, עס איז ממש פארקערט,  עס איז נישט נוגע פאר דעם אשכול אבער טאמער איינער וויל פארשטיין קען ער מאכען אויף דעם א אנדערער אשכול אין איך וועל עס מסביר זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 19:49 לינק ישיר 

לכבוד שבת איך פארשטיי פונקט פארקערט. אז דו שיקסט מיר בילדער מעגסט דו פארלאנגען איך זאל דיר באטיטלען אזוי צו אזוי אדער וועסט דו אויפהערען צו שיקען בילדער. אבער מיט וואס פאר א רעכט פאדערסט מיר איך זאל נישט דעקען קיין נייעס ווען דו ביסט נישט דער קוואל פאר דעם? א סטארי איז א סטארי. (A STORY IS A STORY) אויב די בלאטס ליינער זיינען אינטערסיערט אין די נייעס, די בילדער צו וואס האט ער געטראפען אויף היידפארק צו ווי אימער, פון דיר האט ער עס נישט באקומען, ווער ביסט דו עם פארלאנגען נישט צו שרייבען? פון די טיימס צו די פאסט וואלסט דו אויך פארלאנגט נישט צו שרייבען נייעס וועגען באבאב אויב זיי שרייבען נישט לויט דיין געשמאק? און ווען דו פאדערסט ווען יא, מיינסט אז זיי וואלטען דיר אויסגעהערט? נייעס איז נייעס, האסט נישט קיין שום ררעכט צו פארלאנגען פון א פרעמדע צייטונג נישט צו דעקען נייעס וואס אינטערסיערט זיינע ליינער. אזוי ווי מ'האט באשלאסען צו דעקען די נייעס, האט מען געגעבען דיין רבי די מכובד'דיקסטע טיטעל וואס מ'קען אן אריינצוקריכען אין דיינע מחלוקת. וואס מער קענסט דו פארלאנגען?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-9/6/2006 19:05 לינק ישיר 

גל_עיני
דארפסט פארשטיין, מען האלט שוין יעצט ביים סויף פין די באבוב'ע דין תורה
אין אלע סימנים ווייזען אז רב"צ גייט עס מאכן, מיט 100 פראצענט

פינקט יעצט ווילסטע אז מען זאל ריפען רמ"ד אדמור מבאוב????
אין מעון זאל עס גלייך  דארפן אוועק נעמען??

לאז געמאכט, אז עס איז גיט געווען ביז יעצט אזוי, לאז עס ווייטער גיין ווי ביז איצט
נישט אז מען זאל האבן שפעטער גרעסערע בושות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 18:57 לינק ישיר 

לכבוד_שבת:

דיין פרובע מיט דער בלאט איז אזוי נעריש אין קינדעריש אז צו גלייבט זיך נישט אז צו ווערט איבערגעחזר'ט נאכאמאל אין נאכאמאל.

אבער די ענטפער'סט נישט פארוואס די "אונגעריסטן" פארדינגען א זאל פאר די זאליס כדי אונז צו טשעפענען!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 16:02 לינק ישיר 

די טענה מיט ארמאן טעררעס איז בכלל נישט קיין נארישע, אפילו אויב ס'איז נישט קיין געהעריגע טענה פאליטיש, איז זיכער אז ס'האט שטארק געטשעפעט סאטמאר אין ב"פ אז סיגוט עפנט אזוי נאנט צו זיי - אפילו אויב ס'פאסט נישט פאר סאטמאר מודה צו זיין...

אבער למעשה בין איך נעכטן טאקע לכבוד דיר אויפגעווען ביז דריי אזייגער ביינאכט, און איך האב געטראפן דריי מאל וויאזוי דער איד האט געהאט פיקטשערס פון ענקער רבי, שוין נאך די מעכטיגע חתונה, און ס'שטייט די זעלבע טיטל אויף ענקער רבי ! (איינמאל שטייט ממש אזויווי יעצט אין בלאט, און די אנדערע מאל שטייט פלעין 'כ"ק אדמו"ר הרמ"ד אונגאר שליט"א'...).

אפשר אז איך וועל שפעטער זיין ביי א סקענער וועל איך עס אריינסקענען.

(און צוריקגעשמועסט, איז דער איד אפילו נאך יעצט א היבשער בזיון פאר ענק, ווייל רב"צ איז נאך אלץ סתם אדמו"ר מבאבוב, און ענקער רבי איז רמ"ד מבאבוב).

וואס איך בין הונדערט פערצענט זיכער אז מיילעך דייטש האט עס נישט געטון מיט קיין שלעכטע כוונה. פונקט פארקערט, די מציאות איז אז ביז יעצט האט נאר דער בלאט ענק רעספעקטירט ! און ווייל ענק האבן געבעטן האבן זיי נישט אריינגעלייגט קיין פיקטשערס, אינדערצייט וואס דער איד האט ענק מיאוס אויסגעשפילט און אנגעפיפן ! און יא אריינגעלייגט פיקטשערס אן די געהעריגע טיטל.

למעשה יעצט ווען דער איד האט ענק אנגעהויבן דעקן געהעריג, און אויף ענקער פארלאנג, האט מיילעך דייטש מסתם געפילט אז ער מוז ענק דעקן און ער קען עס נישט איבערלאזן אינגאנצן פאר דער איד - טאקע ווייל מ'אנערקענט ענק שוין אלס גרויסע חסידות - האט ער גענומען די זעלבע וועג וואס ער האט געטון ביז היינט. איך בין קלאר אז ער האט נישט געוואלט קיינעם טשעפענען.

[און אז דו פרעגסט מיך, וואלט איך דיר געזאגט אז פאר ענק דארף זיין סאך וויכטיגער יא צו האבן געהעריגע דעקונג אפגעזען פון די טיטל.

די פאקט איז, אז ביז א יאר צוויי וועט די די"ת זיין פארטיג, און דעמאלטס וועט שוין ווערן א געהעריגע נאמען פאר ענק ביידע (וואס, ווייס איך נישט), און די גאנצע מערכה יעצט מיט די נאמען וועט אראפ פון טיש.

אבער כדי זיך צו קענען בויען מוזן ענק שוין יעצט האבן פעסטע דעקונג אין די אידישע מידיא, וואס לויט מיין אפיניאן איז דאס די וויכטיגסטע פאר ענק צו ווייזן כסדר ענקער עולם.

אבער דאס איז מיין PERSONAL APPINION].



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 15:32 לינק ישיר 

דיין פרובע מיט די ארמען-טערעס באבובע מתיבתא איז אזוי נעריש אין קינדעריש אז צו גלייבט זיך נישט אז צו ווערט איבערגעחזר'ט נאכאמאל אין נאכאמאל.

אבער די ענטפער'סט נישט פארוואס "דער בלאט" נעמט בילדער פין הייד- פארק כדי אונז צו טשעפענען!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/6/2006 08:07 לינק ישיר 

בארואיגטס ענק באבובער.

ווען עטס האט פארדינגען די זאל פאר די סיגעטער האט עס פאר קיינעם באמת נישט צופיל געבאדערט און דא אויף כל העולם כולו האט רוב ציבור אנערקענט אז עטס זענט געווען גערעכט, און פאר גוט באצאלט האט עטס געמעגט פארדינגען דעם זאל.

היינט אינדערפרי זענט עטס ארויפגעקומען אויף אונזער פארום און אנגעפאנגען צו אטאקירן אונזער רבי'ן כאילו ער האט נישט בעסער וואס צו טאן נאר זיך צו שלאגן מיט ענק. אן ענטפער האט נישט געשפעטיגט צו קומען, עטליכע גולשים האבן ענק אטאקירט היתכן עטס האט טענות אויף אונז בשעת עטס האט פארדינגען א זאל פאר די סיגעטער.

ווילאנג עטס האט אונז נישט געטשעפעט איז דאס קיינעם נישט אנגעגאנגען אבער אז עטס האט אנגעפאנגען צו אטאקירן אונזער רבי'ן איז זיך ענק געקומען גוטע פעטש. דאס פארשטייט עטס אז באבוב האט פאר גוט געלט געמעגט העלפן די זאליס, אבער ווען א צווייטער פארקויפט זיך פאר געלט קעגן ענק פארשטייט עטס נישט.

אונזער אויפברויז און אנטוישונג קעגן ענק איז נאך סאך גרעסער, ווייל ארמון טערעס איז פארדינגען געווארן פאר די זאליס דורך ענקער קהלה, נישט דורך א פריוואטער מענטש. משא"כ אין אונזער פאל ווערט דער בלאט געפירט דורך מיילעך דייטש, א פריוואטער מענטש, וואס פרעגט נישט קיינעם וואס צו טאן, און לאזט זיך פארקויפן פאר אפאר דאלאר.

אדרבא, אויב האט עטס א פראבלעם מיט מיילעך דייטש עפנטס אויף א צייטונג קעגן אים, נישט נעמטס ענק אטאקירן אונזער רבי'ן.

איך ווארט אויף אן אנטשולדיגונג פון ענק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער בלאט פירט מערכה קעגן באבוב - רמ"ד?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext