בית פורומים כל העולם כולו

נייער בעל מופת: "באבא" פון סיגוט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/6/2006 07:35 לינק ישיר 
נייער בעל מופת: "באבא" פון סיגוט

ווארהייט:

וואס זאגט דער עולם צו די זיסע בהמות?

די זאליס דרייען זיך ארום די לעצטע פאר וואכן פארגאפטע און רעדן ארום איבער די גרויסע מופתים
וואס מען זעט ביים סיגעטער די לעצטע שטיק צייט, ממש בעל שם'סקער מעשיות.

זיי זאגן אז זייט ער איז געווארן רעבע שלאפט ער נישט אין קיין בעט און ער עסט קוים עפעס.
עטליכע זאלי תמימי לב זאגן אז מען זעט בחוש אז דער סיגעטער פארלירט וואג יעדן טאג. זיי זאגן
אז דער סיגעטער האט מקבל אויף זיך סיגופים כדי מכפר צו זיין אויף די עוונות פון דור און צו
דערנענטערן די גאולה.

איך בין זיכער אז מיט דעם וועט זיך עס נישט אפשטעלן און אין די קומענדיגע שטיק צייט וועלן זיי
קומען מיט פרישע מעשיות אז ער האט גילוי אליהו, וכו'.

רוב פון די זאליס גלייבן נישט די שטותים, זיי זענען חסידים קיינמאל נישט געווען און וועלן
קיינמאל נישט זיין, אבער זיי פארקויפן די שטותים ווייל זיי האפן אז די סאטמארע חסידים וועלן
עס אפקויפן.

נו חברה, וואס זאגט איר צו אונזער נייעם באבא? לויפט און כאפט ישועות.

עכטע נייעס:

איך מיין אז ווילי יונג איז דער איינציגסטער זאלי וואס גלייבט עס.

גוטזאגער:

ער שלאפט נישט און עסט נישט? לאמיר אלע האפן אז די אפעלאט ריכטער וועלן ארויסגעבן א פסק קעגן
אים אזוי אז ער זאל בקרוב אויך קענען גיין גלות וואנדערן...

געשמאק:

זיי פארקויפן די מעשיות בעיקר צווישן די קווינסער בחורים, וואס זענען ווי באקאנט גאר קליינע
מאמינים פון חסידישע רבי'ס. רוב פון זייערע טאטעס האבן געשאלטן דעם סיגעטער'ס פאטער (וועמען
זיי האבן גערופן "דער סיגעטער") און זענען נישט געגאנגען צו קיין רבי'ס. די בחורים זענען
דעריבער זייער שוואך פארגלויבט אין דעם סיגעטער.

אלזא שמואל קאמפאט און ליפא קרויס האבן צוזאמען געעפנט א קאמפיין צו איבערצייגן די בחורים אז
דער סיגעטער איז קדוש. זיי ווילן בעסיקלי אז די קווינסער זאלן אנפאנגען צו האלטן פון דעם
סיגעטער פונקט אזוי ווי זייערע טאטעס האבן געהאלטן פונעם בעל דברי יואל זי"ע.

אין די לעצטע פאר וואכן האט מען דערציילט אן א צאל מעשיות פאר די בחורים איבער דעם סיגעטער'ס
גרויסקייט. מען האט פארקויפט פאר די בחורים אז ביי די ניחום אבלים האט ר' אברהם לייטנער
אנגעוואונטשן פאר'ן סיגעטער אז ער וועט זיין א פועל ישועות און אז זייט דער סיגעטער איז
געווארן רבי פירט ער זיך פונקט ווי דעם רבי'ן זי"ע. ער פאסט דרייעלעך (דריי טעג נאכאנאנד) און
שלאפט כמעט גארנישט.

וועל מיר זען צי די קווינסער וועלן אפקויפן די לאקשן תורות.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נייער בעל מופת: "באבא" פון סיגוט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext