בית פורומים כל העולם כולו

היסטאריע: איצא גליק באגראבט זיך בידים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/6/2006 07:57 לינק ישיר 
היסטאריע: איצא גליק באגראבט זיך בידים

דער אפגעריסענער שוטה רשע וגס רוח פון "סאכדעס", זעט נישט אז זיין סוף איז נאנט, און ער גייט
און גראבט זיך אויס בידים א אייגענע קבר.

רוב פרעמדע קרייזן האבן שוין לאנג אפגעהאקט מיט סאכדעס, זייער הכשר גייט מטה מטה (איך ווייס
פון ערליכע אידן - אפגעזען פון פארטיי - וואס נעמען נישט אריין אין מויל זייער הכשר), א קול
קורא פון סאכדעס איז היינט גוט צו נוצן פאר מ'זאגט אשר יצר (נישט די פון די שבע ברכות...),
און זי איז אפגעלאכט ביי יעדן נארמאלן מענטש.

ער האט שוין באקומען די אפענע פראסק פון רבי'ן זאל זיין געזונט, וואס האט קלאר געזאגט אז ער
ארבעט נישט פאר איצא גליק'ס קאמפאני.

אבער ער זאגט ווייטער "כל זה איננו שוה לי", ווילאנג סאכדעס איז נישט גענצליך אין דער ערד
וועט ער נישט איינרוען...

לעצטנס קומט פאר א פאליטיק אין טאהש, איך האב שוין געשריבן אז איך בין נישט גענצליך באקאנט
מיט אלע פרטים, אבער פון די בריוו אויסטויש פון לאווען מיט איצא זעט מען גאנץ קלאר אז לאווען
איז גרייט צו גיין צו די"ת און איצא מאכט פון אים דאס גענאר בשם הביד"צ. [דאס
בארעכטיגט נאכנישט אויטאמאטיש די קלאגעס פון לאווען, און די אנדערע זאכן, איך האב נישט קיין
אינערליכע אינפארמאציע, איך האב נאר געשריבן מיינע איינדרוקן פון וואס איך האב געזען].

פריער האט "שלמה המלך" (איצא'ס ווארטזאגער אויף היידפארק, אפשר אפילו ער אליינס) ארויפגעלייגט
א כתב סירוב קעגן לאווען מיט די לעדערהעד פון "סאכדעס".

אבער די סירוב מאכט היסטאריע און איז ממש פרעצעדענטלאז:

געווענטליך א סירוב שרייבט נישט אונטער קיין מזכיר, נאר דער בי"ד אליינס שרייבט עס אונטער,
אלעס ביז אהין לאזט מען דעם מזכיר טון (א חורבן פאר זיך), אבער אזויפיל האט יעדער פארשטאנען
אז דעם סירוב זעלבסט דארף ווערן אונטערגעשריבן פון די דיינים.

יעצט האט איצא באשלאסן אז ער קען אליינס! ער איז סיי די עד, סיי די בורר, סיי דער מקטרג, און
סיי דער שופט! אלעס אליינס פאר זיך!

זאגט'ס דעם שוטה זאל אונז אלע מעלדן ווען ס'גייט זיין די לוי'...




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2006 11:17 לינק ישיר 

דער יוד הייסט ר מתתי' בערקאוויטש היו א טייערער חשובער ת"ח אין מישט זיך נישט אין פאליטיק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2006 11:10 לינק ישיר 

בכלל זענען מענטשען וואס רעדען צי היתאחדות מיט ר איצא קומען אוועק זייער אנטוישט> באשר דער איצא רעדט צי יעדעם מיט א חוצפה וויא איינער רעדט צי א הונט, אין מעשפירט וויא ער איצא קוועלט פין נחת ווען אדערע האבען שבריי לב עס איז דא פערצאפאל ביי היתחדות נאך איינער וואס ארבייט דארט אין ער רעדט מיט דרך ארץ צי מענטשען יהיה מי שיהיה אין איך וויס גאר נישט וויא ער איז דארט אריינגעפאלען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2006 10:14 לינק ישיר 

היתאחדות איז א פאראסטיגטע ארגענעזעשאן וואס איז אין ביזנעס פאר צוויא סיבות 1) די רבנים וואס זיצען בראש לעקען נאך דאס ביסעלע מארעך ביין אין דמים תרתי משמע ...... אין אויך בכדי זיך צי קענען אנריפען אין אינטערשרייבען זיך אלס ראש פין א רבנישע ארגענעזאציא חאטש עס עס איז ליידער געווארען באוויזען כמה וכמה פעמים וועגען די מנהיגים וואס פירען זייערע ד"ת דין תורות אין מעזעט פין זייערע קורופטירטע היתנהגות אז האבען ליידער נישט מורא פין שכר ועונש וד"ל 2) סאיז די RUBBER STAMP פאר איסורום וחרמות פאר די פירמע פין בן פראדעל די רבנים פין די היינטיגע היתאחדות מיט בן פראדעל שפילין דעם GAME פין שמור לי ואשמור לך...... אויך בכדי צי באקימען די שטיצע פין די עקסטרעמיסטען האבען זיי אריינגענימאן די חברים פין בעק, די לייטנער גרופע אין די פיליפס BROTHERS בכדיי צי האבען זייער שטיצע די פיליפ ברידער מיט ר לייטנער דאכט זיך זיי אז זיי זיצען אויף א הויך טירעם אין זיי דעריגירען טרעפיק בשעת סאיז בכלל נישט דא קיין טרעפיק,אין זיי נוצען אויס די פארזשאוועלטע נאמען פין די ארגענעזאציא צי העצען א קעגען רוב ריבו של חסידיי סאטמער וואס זענען חסידיי רבינו מוה ר"א שליטא וואס די ארגענעזאציא קענען נישט באוויזען ע"פ הלכה באשר כמה וכמה גדוליי הפוסקים פסקענען אז די ערוב איז כשר העצען זיי אויף די יוגענט צי הייבען הענט אין שלאגען יודען אפילו אויב זיי באלאנגען צי אנדערע קהילות וואס האבען זיך געטרויט מברר זיין די הלכה אז סאיז מותר צי טראגען מיט אן ערוב אין עס דאכט זיך וויא מעגעפינט זיך אין די צריקגעבליבענע אראבישע לענדער וויא די מולאס שלאגען די וווידערשפעניגע ר"ל פאריגע וואך האבען די קווינסער בחורים געהויבען די הענט אין שטרק ציזאמגעשלאגען א יוד וואס הייסט וייס וואס האט געפאלגט זיין רב אין געטראגען מיט די ערוב (וואס איז NEXT פארברענען מסכת עירובין ר"ל ? יא אז רב קען אנריפין חשובע יודען וואס פאלגען נישט זין דיקטאט מיט די ליצנות נעמען וויא מילעך קעסטעל במילא זעלבס פארשטענדלעך אז א מילעך קעסטעל מעג מען שטויסען אין שלאגע ר"ל...... והקולר תלוי בצוורו פין דעם רב וואס האט זיך גטרויט צי ריפען אחינו בני ישראל מילעך קעסטעלעך, בושה תכסה פניו!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2006 09:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ




אזוי קוקט אויס א ריכטיגער סירוב אינטער געשריבען פין רבנים נישט פין א פאליטיקאנט תוקן על ידי - quebec - 11/06/2006 9:05:30



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2006 08:20 לינק ישיר 

מצורף קובץ

עיקר שכחתי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היסטאריע: איצא גליק באגראבט זיך בידים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext