בית פורומים כל העולם כולו

סיגעטער קעמפ דורכפאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/6/2006 19:13 לינק ישיר 
סיגעטער קעמפ דורכפאל

געהערט פון איינעם אין די ב"פ הנהלה.

ווי באקאנט איז די כיתה ט' אין סאטמר היי יאר געווארן א עקסטערע ברענטש מיט א עקסטערע מנהל אונטערן נאמען "מכינה לישיבה קטנה"

יעצט אויף זימער האט דער איבערגעגעבענער מנהל המוסדות ר' אהרן וועלץ שליט"א באשלאסן אז לתועלת הענין איז בעסער זיי זאלן גיין עקסטער אין קעמפ, ער האט אפגדינגען א קעמפ און אריין געלייגט אסאך געלט צו צושטעלן א דבר השלם ווי געווענליך.

פארשטייט זיך ווי יעדע גיטע זאך, ויבוא השטן להתייצב בתוכם, די סיגעטע "חסידים" אין ב"פ וועלעכע קענען נישט  צוקיקן ווי ר"א וועלץ פירט אזוי גיט די מוסדות ברוחניות ובגשמיות (סאטמאר ב"פ איז די "איינציגע" היימישע  מוסד וואס צאלט פונקטליך די מלמדים יעדע 2 וואכן פאר די לעצטע 30 יאר), האבן זיי אינטער גענומען א קאמפעין ביי די טאטעס מ' זאל נישט שיקן אין יענעם קעמפ, נאר אויף רב טוב.

נאך לאנגע באמיאונגען, און אזוי ווי רב טוב איז אסאך ביליגער האבן זיי געטראפן 20-25 קינדער (פון איבער 100 קע"ה) וואס האבן זיי געפאלגט און זיך איינגעשריבן אין רב טוב.

זיי האבן דאך געדארפט האבן א מלמד פאר די קינדער, נאך לאנגע מיטשעניש האבן זיי געטראפן איין מלמד בראדי וואס האט מסכים געווען צו גיין מיט די 20 קינדער אין רב טוב.

ר' אהרן האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, געלאזט יעדען גיין ווי ער וויל, אדרבה דער מנהל ר' ?? כהנא שליט"א (איידעם פון רא"א מספינקא שליט"א) האט געהאלטן א דרשה ווארענדיג די קינדער מ' זאל נישט טשעפען קיינעם, "פונקט ווי מ' טשעפעט נישט די וואס גייען אין פרעמדע קעמפס".

למעשה היינט האלט עס אז 4 האבן שוין צוריק געצויגן, יעצט האלט עס ביי 16 קינדער (געהערט פון בראדי).

און זיי זאגן נאך אז זיי האבן רוב עלטערן.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סיגעטער קעמפ דורכפאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext