שי, כפארשטיי נישט די פאליטיק, לדעתי איז פונקט פארקערט, אז צוויי זעלבע סארט טעיפס קומען ארויס אויף איינמאל שאדט
דאס פאר ביידע, אז שבת טיש 2 וואלט געהעריג צוגעענדיגט און ארויס געקומען ערשט אנהייב נעקסטע יאר וואלט זיך עס
פונקט אזוי גיט און מסתמא אפילו בעסער פארקויפט, סאיז א שאד אז די סארט זאכן ווערן פערזענליך און די קוואליטי פונעם
פראדוקט איז שוואכער לכבוד דעם
יעצט צום טעיפ אליין, א קורצע אנאליז בקצרי קצרים
1. א 'לכה דודי' מארש געזינגען דורך קאור אן קיין סאלא, גראדע שיין אבער אן גרויסע חידושים
2. 'רחם' איז א הערליכע וויזניצער ניגון מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט און געפירט דורכן סאלא אהרן הלוי
3. 'חי השם' איז די וועלטליכע באקאנטע ניגון געזינגען דורך קאור און קינדער קאור, לדעתי איז די טעמפא אביסל צו שנעל
4. 'קה רבון' (ספינקא) איז געזינגען דורך אייזיק האניג, וועלכער זינגט רוב ניגון שרעקליך פארשלאפן
5. 'צור משלו' די וועלטליכע ניגון זייער גיט אראפ געלייגט מיט פאסיגע מוזיק, גיטע קאור און הארמאני שטיקלעך, הלוי האט
סאולא, זייער שיין
6. 'אנעים זמירות' א הערליכע חב"ד ניגון וואס אברהם פריד האט לעצטענס מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט אויף 'אבינו מלכנו',
דא איז עס נישט אזוי פראפעשענל אבער מער היימיש חסידיש און ווארעם, ליכטענשטאטער סאלא איז זייער שיין
7. 'שלום עליכם' איז די וועלט באקאנט וויזניצער ניגון זייער גיט אראפגעלייגט דורך קאור, מוזיק איז זייער גיט
8. 'שבענו' א לעבעדיגע ברסלבער ניגון, קאור מיט מוזיק - זייער א געלונגענער ניגון
9. 'מזמור שיר' א ניגון אויף אידיש (באבוב) געזינגען הערליך דורך ליכטענשטאטער, די ניגון איז זייער שיין, ליכטענשטאטער איז
אבער צומאל איבערגעשטרענגט און די קאור הארמאני טויג נישט ע"פ רוב
10. די גערער 'ישמחו במלכותך' געזינגען דורך קאור און אהרן הלוי, מוזיק און הארמאני איז זייער שיין
11. 'צמאה נפשי' פון פיטסבורג א שטייטליך לאנגער ניגון געזינגען דורך אהרן הלוי מיט גאר שיינע שטיקלעך
12. 'מנוחה ושמחה' פון מעליץ געזינגען דורך קאור גראדע גאנץ שיין אבער אן גרויסע חידושים
סך הכל איז עס זייער א שיינע ווארימע חסידישע טעיפ אין די סעריע פונעם לעצטיגען סטייל ארויסצוגעבן אויטענטישע שבת
טעיפס און ספארמעסט זיך אויך גאנץ גיט מיט לחיים טיש 1 אבער סאיז ווייט פון פערפעקט
 |
|
|