בית פורומים כל העולם כולו

אלטע נייעס פון ב"פ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2006 06:03 לינק ישיר 
אלטע נייעס פון ב"פ

אזויווי עס איז יעצט ענינים העומדים על הפרק, וואלט געווען אינטערעסאנט צו קאפירן אן אלט
שטיקל פון "מקוה איד" דא אויף היידפארק:



נשלח ב 25/8/2003 מקוה_איד

קיין פונקטליכע פרטים ווייסעך נישט, אבער דאס זענען די פאקטן, אלע זלונים פון די הנהלת
המוסדות אין בארא פארק האט מען ארויסגעווארפן, (דהיינו, מענדל שווימער, בערל גרינפעלד, יאנקל
בערקאוויטש, חיים פרידמאן, פייטל פאשקעס) און מ'האט אויפגענומען 9 פרישע חברה אין די הנהלה,
לויטער אהרונים.

ווי אזוי דאס האט פאסירט, איז ווי פאלגענד:

(איך בין נישט זיכער אין די פונקטליכע פרטים אבער בערך דאס איז געשען, אויב איינער ווייסט
מער, אדרבא)

אהרן וועלץ, א גרויסער אהרוני, אין דער אדמיניסטראטער פון די מוסדות, און איז דער איינציגער
אטאראזירט צו אונטערשרייבן די טשעקס פאר די מוסדות, איז דעם זומער אוועקגעפארן אויף וועקעשאן
פאר א וואך.

בשעת ער איז אוועק געפארן זענען די זלונים מיטן לויער וואס פירט אן די גרויסע קעיס פאר זלמן
לייב אין וומ"ס, געפרוירן די מוסדות אקאונט, אויפן חשבון אז זיי גייען איבערנעמען די בעלות.

למעשה איז די איינציגע זאך וואס זיי האבן אויפגעטון אז טשעקס האבן אנגעפאנגן צו קראכן רעכטס
און לינקס און סיז געווארן כאאס.

איז געגאנגען אהרן וועלץ, אפגעשפארט די אקאונט און געעפנט א פרישע אקאונט געטוישט אלע שלעסער
פון זייערע אפיסעס און זיי אלע ארויסגעווארפן.

יעצט הייסט עס, אז סיז זייער מעגליך אז זיי גייען רופן אהרן וועלץ מיט בעריש מייזליש, דער רב,
אין קארט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אלטע נייעס פון ב"פ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext