בית פורומים כל העולם כולו

ביליגע פובליסטי שטיק פון התאחדות קעגן סקווער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/6/2006 00:28 לינק ישיר 
ביליגע פובליסטי שטיק פון התאחדות קעגן סקווער

עס איז נישט צום גלייבן וויאזוי א רבנ'ישע ארגאניזאציע זאל זינקען אזוי נידריג און אלעס פאר ביליגע כבוד און ביליגע פובליסיטי.

די התאחדות דרייט זיך ארום און קלעימט זיג אז עס איז זיי געלונגען צו דערגרייכן א זיג אין די מערכה איבער מציצה בפה. זיי האבן ארויסגעגעבן פרעס רעליסעס און אריינגעשיקט נייעס'ן צו די אידישע צייטונגען און אפילו צו בחדרי חרדים דא אויבן, וואו זיי דערקלערן אז זיי זענען געשטאנען אונטער די גאנצע זיג.

ווי עס שטעלט זיך ארויס איז אבער די גאנצע זאך איין שטיק בלאף. די התאחדות האט גארנישט געהאט מיט דעם גאנצן זיג. עס איז געווען פון אנפאנג ביז צום סוף א געלונגענע אקציע פון סקווער.

ווי יעדער ווייס האט התאחדות די גאנצע צייט פון זייער מערכה זיך אנגעטראפן אין איין פארמאכטן טיר נאכ'ן אנדערן. נאכמער, פאר די פאריגע מעיאר וואלן האבן זיי דורכגעלאזט א מעכטיגע געלעגנהייט צו צווינגען מעיאר בלומבערג צו סטאפן די מערכה קעגן מציצה בפה. הקיצור, זיי האבן גארנישט געקענט אויפטאן.

די ישועה פאר כלל ישראל איז געקומען פון אן אנדערן ריכטונג: דער סקווערער רבי שליט"א האט אויפגעהויבן א טעלעפאן און אנגערופן די סטעיט העלט קאמישאנער דר. נאוועלא און איר גערופן קיין סקווער וואו ער האט איר מיט שיינע ווערטער מסביר געווען ווי קריטיש די מצוה פון ברית מילה איז פאר אידן. נאוועלא וואס איז א שטארקע מעריץ פון סקווער בכלל און פונעם רבי'ן בפרט (זי האלט זיך פאר א חסיד פון אים) האט מסכים געווען זיך אריינצומישן און נעמען א שטעלונג לטובת דעם פרומען ציבור.

דאס איז געווען פארגאנגענעם January. די קומענדיגע פאר חדשים איז אפגעהאלטן געווארן אין גרויס געהיים מיטינגען צווישן סקווער און נאוועלא. (נאוועלא האט געסטראשעט אז אויב איינער ווערט געוואר פון די מיטינגען וועט זי אלעס סטאפן, ווייל זי האט מורא געהאט אז דער צד שכנגד וועט איר אונטערשטעלן פיסלעך). כדי עס זאל נישט אויסקוקן ווי א סקווערע זאך האט סקווער אריינגעמישט אויך קרית יואל אין די געשפרעכן און געבעטן זיי זאלן אויך שיקן אן אפישעל צו די מיטינגען (קרית יואל האט געשיקט שמעון משה קעפעטש). בשעת די התאחדות האט זיך געהאקט דעם קאפ אין וואנט און נישט געוואוסט וואס צו טאן, האט סקווער שטילערהייט געמאכט פראגרעס.

ערשט ביים סוף פון די גאנצע זאך האט דער סקווערער רבי געבעטן נאוועלא אז מען זאל אריינמישן די התאחדות, און ערשט דעמאלטס האט מען זיך געוואנדן צו התאחדות הרבנים.

התאחדות איז געכאפט געווארן אין שאק אז איינער האט מתקן געווען די וועלט אן זייער וויסן, און האט שנעל אנגעפאנגען צו ארבעטן מהפך צו זיין הקערה על פיה אז ס'זאל הייסן אז זיי האבן אלעס געטאן.

די וואך מאנטאג ווען אלע רבנים זענען זיך צוזאמענגעקומען אין אלבאני האט התאחדות צוזאמגעשלעפט כל צרוע וכל זב, אנגעפאנגען פון איצא און געענדיגט מיט מענצער, אז ס'זאל אויסקוקן ווי א התאחדות אסיפה.

פאקטיש האט יעדער געקענט זען אז סקווער איז די גאנצע זאך. אלע סקווערע דיינים און רבנים זענען געווען ביי די אסיפה און נאוועלא האט קלאר געזאגט אז די גאנצע קרעדיט קומט זיך פאר סקווער. אפילו דער גאלאנטער רב שליט"א האט ביי זיין דרשה געגעבן א גרויסן ישר כח פאר סקווער פאר'ן ארבעטן אזוי שווער און זיכער מאכן אז די פרשה ענדיגט זיך בכי טוב.

תיכף נאך די אסיפה האט התאחדות אנגעפאנגען צו פאמפען אז עס איז געווען א זיג פאר התאחדות. זיי האבן ארויסגעגעבן א פרעס רעליס, און נידערמאן האט גערופן די פרעסע, די גוי'אישע און ציוניסטישע און געגעבן סטעיטמענטס רעכטס און לינקס. אין אלע סטעיטמענטס האט מען נישט דערמאנט קיין ווארט אז סקווער איז פאקטיש געווען דער וואס האט עס ארלעדיגט.

אין די נייעס וואס התאחדות האט אריינגעשיקט צו דעם "נייעס באריכט", האט מען בכוונה אויסגעמעקט יעדע ווארט פון סקווער. מען האט נישט דערמאנט אז אלע רבנים פון סקווער זענען געווען ביי די אסיפה. זיי האבן אפילו נישט דערמאנט אז סקווערער רבי איז געווען דער וואס האט אראנזשירט די גאנצע זאך פון אנהייב. אלבערט פריעדמאן האט א טובה געטאן אז ער האט ביים אנפאנג אריינגעווארפן צוויי ווערטער פון סקווער אז ס'זאל נישט אויסקוקן אינגאנצן מאדנע.

פרעג איך ענק: איז דאס דער צוועק פון התאחדות? צו זיין א ביליגע פובליסיטי קאמפאני? צו באגראבן אנדערע? צו אוועקנעמען קרעדיט פון וועמען ס'קומט?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ביליגע פובליסטי שטיק פון התאחדות קעגן סקווער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext