נייע זאלי בילדער אויסגאבע "העולם"
ענדליך...
נאך אזוי לאנג סטראשען, האבן די זאליס איינגעהאלטן זייער סטראשע...
זיי זענען ארויסגעקומען מיט א נייע בילדער אויסגאבע, מיטן נאמען "העולם", אויסגעשטעלט דורך
שמואל שפיצער.
מלאך רע בעל כורחו יענה אמן, זיי האבן געמוזט מודה זיין אז רבינו שליט"א איז אויך
סאטמארער רבי, אבער זיי פרובירן נעבעך צו באהאלטן דעם פאקט וואס די גאנצע וועלט ווייסט שוין
היינט, אז די זאליס זענען נישט מער ווי מאקסימום א דריטל פון סאטמאר, און נאך ווייניגער.
אפילו די אר"י אויסגאבעס וואו זיי האבן געצאלט טבין ותקילין אז מ'זאל אננעמען זייערע בילדער
פונעם יו"ט, האבן אויך אנערקענט אז רבינו שליט"א האט מער ווי דאפלט, און אריינגעלייגט ביידע
בילדער וואו מען איבערצייגט זיך זעלבסט דעם פאקט.
און דערפאר האבן זיי געמוזט ארויסקומען מיט א אייגענע אויסגאבע, וואו זיי מוזן כאטש מודה זיין
אז רבינו שליט"א איז אדמו"ר מסאטמאר, אבער צוליב געוויסע סיבות
זענען עפעס ארויסגעפאלן דער מורא'דיגער מחזה ווען רוב רובו פון סאטמאר איז זיך צוזאמגעקומען
ביי דעם געהויבענעם טיש פון נעילת החג דעם פארגאנגענעם יו"ט, אינדערצייט וואס זיי האבן פיר
גאנצע זייטן פון די כמו-סאטמארע שפיל ביי רז"ל. אויסער מערערע בילדער פון רז"ל וחביריו.
אין איין ווארט ?!
טיפישער זאלי - בת היענה...
תוקן על ידי - בא_ללמד - 16/06/2006 21:52:00
 |
|
|