ע"כ איז נישט מער ווי רעכט, צו מאכן א שטיקל פרעדיקשאן, און אפשאצן וואס די ריכטער וועלן מעגליך באטראכט צו פסק'ן, און וויאזוי עס וועט אפעקטירן ווער עס זענען די לעגאלע ראשי הקהילה פון קהל יטב לב דסאטמאר. (עפ"י תורה איז דאך בערל קיינמאל נישט געווארן געווארפן. די שאלה איז עפ"י קאורט).
הקדמה קצרה. די ארונים קענען באמת נישט פארלירן. ווייל דאס געריכט קען נאר דן זיין, צו בערל איז ראש הקהל אדער נישט. יאנקעל כהנא קען נישט באשטימט ווערן. אויב די ארונים פארלירן, איז עס נאר, אז דאס געריכט וועט זאגן אז עס איז א רעליגיעזע אישו, און זיי טארן נישט אריינרעדן דערין - און אלעס בלייבט ווי היינט - (אננעמען פסק פון ריכטער באראש)
אלזא איז קלאר: די אישו פאר די ריכטער איז: צי בערל פרידמאן איז דער לעגאלער ראש הקהל.
זיי קענען פסק'ן ווי באראש אז זיי טארן זיך נישט מישן. אדער קענען זיי אפווארפן באראש. און דערנאך צולייגן די ארגומענטן פון ריכטער ראזענוואסער.
אבער אז יאנקעל כהנא זאל ווערן לעגאל פרעזידענט... פון דעם פארגעס.
We've predicted that too many times in the past already
נשלח ב-21/6/2006 21:42
מיין פרעדיקשאן: אזוי ווי די זאלונים האבן אזוי ליב צו רעדן פון זייער "נעילת החג", איז מיין פרעדיקשאן אז... עס דערנענטערט זיך זייער, נעילת החג ! ! !
נשלח ב-21/6/2006 20:12
איינער ווייסט פאר וואס די זאליס האבן נישט גענימען באטרא פאר לויער?
דאס שרייבט באטרא און ח.א.ס
זשוליאני שרייבט און "כל העולם כולו" ווי פאלגענגד:
פון מיין קוק ווינקעל האב איך באמערקט אז די ריכטער, מער ווייניגער האבן גאר גוט ארויסגעהאט די קעיס. זיי האבן געליינט אסאך פון די פאפירן, און גוט געליינט. געלערענט עס בעיון. פון זייערע פראגן האט מען געקענט זען אז זיי האבן געכאפט די אומצאליגע סתירות פון די DATES, ווען דער רבי האט מכלומר'שט געווארפן בערל פרידמאן. צי JAN 14 אדער DEC 29. וואס מ'האט געטאן דעמאלטס און וואס דעמאלטס. און אז די סתירות פון די DATES האט געדריקט אויף זייער מחשבה, אלס א זאך וואס מ'קען נישט דורכלאזן. דאס האט מען געקענט באמערקן אויף אלע פון די פראגעס.