| נשלח ב-19/6/2006 20:15 |
|
| |
שבת חזק
אין דירעקט קאמפאטישאן מיט לחייםס "שבת טיש" סעריע, איז ערשינען נאך א נייע שבת ניגונים טעיפ ויקרא שמו בישראל "שבת
חזק", די ענליכקייטן צווישן די טעיפס איז זייער קענטיג, אנגעהויבן פונעם תוכן, די זינגערס (מאיר הלוי, אייזיק האניג), אאו"ו
יודעי דבר ווייסן אויך צו זאגן אז איינע פון די צוויי האבן זיך דראסטיש צוגעיאגט און גאר שנעל צוגעענדיגט די פראדוקשאן (א שיינע
פאר חדשים פריער ווי געפלאנט) בכדי צו קענען ארויס קומען אין די זעלבע צייט ווי די קאמפאטישאן, אין אנדערע ווערטער מהאט
נישט משקיע געווען אזויפיל וויפיל מהאט געהאט בדעה מכתחילה, און כלל ישראל איז באשאנקען געווארן מיט צוויי תוכןדיגע
שבתדיגע ניגונים טעיפס אויף איינמאל
די אונטערשטע שורה איז, אז קאמפאטישאן איז א גיטע זאך,
אדער איז עס טאקע?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/6/2006 21:24 |
|
| |
נישט אומזינסט וויינט יונתן אויפן אנפאנג פונעם טעיפ
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 01:41 |
|
| |
איך וואלט נישט רעקאמענדירט אריינצוציען דעם פארום אין פריוואטע געפעכטן צווישן צוויי
פאבריצירערס, כאטש איך אליינס בין אויך געווען נייגעריג צו וויסן (ווי שוין געשריבן אין אן
אנדערע אשכול).
איך האב ביזדערווייל איינגעקויפט יונתן'ס טעיפ, שבת חזק. עס איז זייער שיין!
איך וויל אבער דערמיט אויפקלערן פאר די אלע וואס גייען אין דעם ריכטונג פון איבערזינגען אלטע
ניגונים.
אלטע ניגונים קען איינגעטיילט ווערן אין דריי קאטאגאריעס:
1) א ניגון וואס יעדער קען. (למשל חי ה' פון שבת צופרי, מודזיץ ברוך קל עליון)
2) א ניגון וואס מען קען, אבער עס זענען פארהאן וואס קענען עס נישט אזוי פונקטליך (למשל קה
רבון עלם, דזיקוב לכה דודי). אין דעם קאטאגריע גייט אויך אריין א ניגון וואס יעדער קען, נאר
אויפן טעיפ ווערט עס געזונגען מיט אנדערע תנועות ווי אין אלגעמיין. (צוליב סיי וועלכע סיבות)
3) א ניגון אדער תנועות וואס קיינער קען נישט און מען האט עס מקובל מבית אבותיו (למשל ניגונים
פון עתיקיא קדישא וואס עס איז דא ניגונים מקובלים מבית ראפשיץ)
איז אזוי:
קאטאגאריע נומער 1, זאלט איר מיר אלע מוחל זיין, איז נישט אינטערסאנט! איך זינג עס יעדע וואך,
דא גייסטו מיר בלויז צולייגן מוזיק? סך הכל ערלעדיגסטו אז איך זאל עס זינגען אינדערוואכן
אויך. נישט נאר שבת.
נומער 2 און 3 זענען העכסט אינטערסאנט. נאר נומער 3 מוז זיין גוט גוט אויסגעארבעט צו ציען די
אויפמערקזאמקייט, און די תשוקה זיך עס אויסצולערנען.
א מעכטיגע משל פאר דעם איז די מודה אני פון ירמיה דמן'ס עתיקא קדישא... עס האט איבערגעדרייט א
וועלט!
נומער 2 פארשטייט זיך דארף אויך זיין גוט אויסגעארבעט, נאר דארט איז די רצון זיך עס
אויסצולערנען אסאך גרעסער, ווייל קיינער וויל נישט קענען קיין האלבע זאכן.
נאך א זאך וואס די פאבריצירער דארפן פארשטיין, אז די ליין פון די וואס קויפן די אלטע-ניגונים
טעיפס איז אנדערש פון די וואס קויפן די היינטיגע טעיפס.
דעריבער שטעלט זיך צו צו די קאסטומערס, חוץ דעם וואס איר לייגט אריין כוחות אין די פראדוקציע,
לייגט אויך אריין כוחות אין די חסידישקייט און ווארימקייט. אויפן קאווער וואלט געמעגט שטיין
מער אינטערסאנטע סיפורים איבער יעדע ניגון. די אידן אינטערסירט נישט אזוי שטארק ווער דער ילד
הסולו איז, עס וואלט זיי מער אינטערסאנט געווען צו דער זרע קודש האט עס געזינגען צו דער
מעליצער. וויפיל עבודות צדיקים האבן אריינגעלייגט אין דעם ניגון. וכדומה.
א ריכטיגע ביישפיל פאר דעם פרט איז ליפא'ס לעילא ולעילא... (איך רעד "נאר" פון דעם פרט).
נעקסטיים...
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 17:19 |
|
| |
אהלי, ביסט אפשר גערעכט אז קאטאגאריע 1 איז די ווייניגסטע אינטערעסאנט אבער למעשה איז עס אויך אינטערעסאנט, סיי ווייל
סאיז געשמאק צו הערן און זינגען ווארימע חסידישע ניגונים אפילו אינדערוואכן בבחינת 'מעין' עולם הבא (קוק למשל די ניגון בר
יוחאי וואס ווערט היינט געזינגען ביי חתונות "א גאנץ יאר"), און סיי ווייל כמעט יעדער זינגט מיט אנדערע תנועות און סאיז
אינטערעסאנט צו הערן וויאזוי דער ניגון דארף באמת ווערן געזינגען, דאס זעלבע איז מיט קינדער, אויב מוויל קינדער זאלן זיך
אויסלערנען די ניגונים וכו'
|
|
|
|
|