בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נאך א פירצה אויסגעריסן פון וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/6/2006 18:39 לינק ישיר 
נאך א פירצה אויסגעריסן פון וויליאמסבורג

וויליאמסבורג ווערט אויסגערייניגט.

נאך אביסל וועט מען קענען זאגן אז ווען מען פארט דורך וויליאמסבורג איז ווי מען האט זיך טובל געווען אין מקוה.

אידן זענען די לעצטע פאר חדשים דורכגעגאנגען דעם בוטשער סטאר אויף ראדני קר. וויליאמסבורג סט. מיט גרויס ווייטאג און די מאגן פלעגט זיך דרייען מיט גרויס אימפעט צוזעענדיג ווי נישט מער און נישט ווייניגער מען ווייזט א געדעקטן שבת טיש מיט כל מיני מעדנים אויפצורייצן דעם אפעטיט און מאכן אריינגיין אין דעם פלייש געשעפט צו שטילן די געוואלדיגע תאוות אכילה וואס אזעלכע סיינס און נאכדערצו מיט אידישע ווערטער אין די זייט, פלעגן אנמאכן.

דער וואונדער איז נאך מער אז עס האט געדויערט אזא לאנגע צייט ביז די הייליגע הענט האבן אין שאטן פון די פינסטערע נאכט זיך גענומען צו די מלאכה רבה און זיך פארשמירט מיט די שווארצע פעך צו באדעקן די אומאיידעלע בילדער. דאס איז שוין לאנג נאך דעם וואס די גאסן ארום זענען בא'ווייס'ט געווארן פון פאשקעווילן וואס איז גראד נאכן ערשיינען די מיאוסע ווינדאו, געווען פארשפרייט אין די דערנעבנדיגע גאסן. איז דאס א גאר לאנגע תקופה פאר אזא הימל שרייענדיגע פירצה צו זיין אין די הויפט גאס פון וויליאסבורג, הארט נעבן ס'גרעסטע בית המדרש אין שטאט.

זעט אויס אז טאקע צוליב דעם וואס עס איז די מערסטע פארנומענסטע גאס און אין כמעט פיר און צוואנציג שעה דרייט מען זיך דארט, האט זיך געפאדערט גאר גרויסע מסירת נפש צו באגיין דעם אקט און נישט געכאפט צו ווערן.

אצינד קען מען שוין רואיג גיין אויף ביידע זייטן פון ראדני סט. און נישט ווי ביז יעצט ווען מען האט צוליב איכא דרא אחרינא געמוזט גיין אויף די אנדערע זייט.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2006 17:58 לינק ישיר 

קוטשמע,

איך וויל דיר נאר זאגן אז מען האט באמערקט ווי דו האסט זיך אריינגעשווערצט...

אביסל מער אז מען זעט דיר וואלט נישט געשאדט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2006 22:37 לינק ישיר 

קוטשמע, דאס ביסטו? כהאף האסט נישט געמיינט ערנסט (חוץ אויב ביסט באמת אנגעווייטאגט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2006 21:35 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נע, מיר קענען דאך אונזער 'קוטשמע' וואס האלט זיכער נישט אז עס איז אויף סיי וועלכע וועג אויסגעהאלטן אזא מעשה נבלה, און האט זיכער בלויז געוואלט צוצייכענען פון ווי עס נעמט זיך אזעלכע סארט מצוות.

-----------------

א יישר כוח פאר א נאנטער באליבטער פריינט וואס האט מיר געשיקט אין אימעיל דעם בילד כדי מיר זאלן קענען פארשטיין אביסל וואס עס טוהט זיך אין דעם מח פון קנאי פון דעם סארט און וואס האט אים אזוי שטארק געשטופט זיך צו פארשמירן די הענט זיינעם:

וואס טראכט דער אינגערמאן וואס גייט דורך אזא מיאוס'ער בילד?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נאך א פירצה אויסגעריסן פון וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext