בית פורומים כל העולם כולו

רבותי: דעסיזשאן??? ווען? ווי לאנג נאך?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/6/2006 20:00 לינק ישיר 
רבותי: דעסיזשאן??? ווען? ווי לאנג נאך?

אלזא, מיינע ליבע פריינט

מ'האט שוין דעבאטירט וואס דער פסק וועט זיין.
איש איש כפי שורש נשמתו, האט שוין באשלאסן אויף וועלכן ריכטונג די ריכטער וועלן גיין, און ענדגילטיג ארויסגעבן זייער לאנג ערווארטעטע (קארופטירטע) פסק....

אבער ווען?

ווי לאנג נאך וועלן מיר דארפן ווארטן ביז זיי וועלן זיך אויסקראצן.
פאר'ן זומער וואקאציע?
נאכ'ן זומער וואקאציע?
אינמיטן זומער?

אויב זיי ווילן עס נאך ארויסגעבן איידער דעם קומענדיגן ריסעס ברעיק, וואס הייבט זיך אן אט אט
מוזן זיי זיך אביסל אונטערגארטלען.




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2006 21:02 לינק ישיר 

אויב ווילט עטס האבן ערשטע ברעיקינג נייעס, ממש תיכף ווי נאר דער פסק קומט ארויס. דאן מאכטס זיכער אז די ראדיא גייט אגאנצען טאג אויף די נייעס סטעישן, WCBS אדער 1010WINS. ווי נאר עס וועט אריינקומען א ברעיקינג ניוס אז א חסידישער איד האט זיך אראפגעווארפן די וויליאמסבורג בריק, וועט איר וויסן אז דער פסק איז יעצט ארויסגעקומען.

תוקן על ידי - קושקע - 10/07/2006 21:03:59



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2006 20:26 לינק ישיר 


פאטאקי, איך האב אויך א פרעדיקשאן... אז אויב בלייבסטו פין פאטאק'ס יועצים, וועט ער מיאוס פארלירן אין 2008.....




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2006 20:00 לינק ישיר 

לאמיך אויך עפעס אריינשיסן

די פסק גייט ארויסקומען נאך די וואך נאך פאר שבת תוקן על ידי - כל_העולם - 10/07/2006 21:12:55



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/7/2006 19:27 לינק ישיר 

ווארהייט,

אויב האפסטו באמת, קענסט דאך "האפ"ן פאר נאך בעסערס,
 וועסטו כאטשיג לעת עתה שלאפן מיט א שמייכל,
ודי לצרה בשעתה,
פארוואס ביסטו אזא פעסעמיסט,
העכסטענס גרייט מען זיך אן פראזעק על כל צרה שלא תבא,

אגב, TALKING ABOUT פאנטאזיעס,
וועל איך שערן מיט דיר אפאר פון מיינע פאנטאזיעס,
און ס'ארבייט פיל בעסער פון פראזעק...
1- דער קארט גייט מיך "נישט" צווינגען צו ווערן א זאלוני,
2- דער קארט גייט נישט מאכן דעם רבי שליט"א, אויס רבי,
3- רבי יצחק ראזענבערג גייט ווייטער בלייבן א אהרוני,
4- פונקט ווי ער האט אונז צו געשטעלט א דאך אויפן קאפ וואס הייסט "בית המדרש המפואר"
    אויף 13 האפפער סטריט, וועט ער בעזהשי"ת ווייטער צושטעלן בנינים כפי הצורך
    פאר חדרים, מיידל סקול, קעמפ, מצה בעקערי, וכו'
5- איך וועל מיך ווייטער קענען מסתופף זיין בצילא דמהימנותא און ווייטער הערן דברי
    אלקים חיים מפה קדשו פון רבינו שליט"א,
6-  די אלע מהרסים ושונאי רבינו זי"ע, זאלן זיך חלילה נישט טוישן, און ווייטער בלייבן אדוק
    אין זלמן לייב טייטלבוים,
7- די אלע מהרסים זאלן ווייטער נאר זיין ביזי מיט שעלטן, שלאגן, און זיך אויפעסן דאס הארץ
    מיט מסכת סוכה, ויואל משה, על הגאולה, וכו'

גלייב מיר, מיין פריינט, די דאזיגע פאנטאזיעס, ארבייט זייער גיט, בדוק ומנוסה.

  


תוקן על ידי - יענקעלע11 - 10/07/2006 19:38:15



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2006 18:02 לינק ישיר 

איך קען ענק איין זאך זאגן: מען "האפט" אז דער פסק וועט זיין אזוי ווי בא ללמד זאגט און נישט ערגער, ווייל לויט קראנטע מקורות איז עס גארנישט אזוי גוט פאר אונז און דאס וואס בא ללמד זאגט איז די בעסטע וואס קען געשען.

יאנקעלע, איך בין דיר מציע זאלסט אנגרייטן עטליכע פלעשער פראזעק, פאר דיר און פאר די אלע אידן וועלכע גלייבן דיינע גוטע פאנטאזיעס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/7/2006 17:39 לינק ישיר 

מאדיפייען מיינט אז זיי וועלן אננעמען באראש אבער נישט אינגאנצן נאר א טייל דערפון.

[מיין פערזענליכע מיינונג שטימט נישט אינגאנצן מיט די שמועה, אבער דאס האב איך געהערט]. תוקן על ידי - בא_ללמד - 10/07/2006 17:42:51



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/7/2006 16:49 לינק ישיר 

און דאס איז מיין שפעקאלאציע,

באראש'ס דעסישאן REVERSED,
ראזענוואסער'ס AFFIRMED,

על כל פנים דאס איז מיין WISHFULL THINKING,

און יא, דער דעסיזשאן וועט ארויס קומען נאך בעפאר כ"ו אב,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2006 16:12 לינק ישיר 

בא ללמד זיי אביסעל בעסער מסביר וואס די זאגסט אין זיי א גיטע מלמד,
אויב גייען זיי מאדעפייען באראשעס פסק איז דאך דער פשט אז דער רבי איז נישט בעל הבית, איז דאך די גאנצער ראזענוואסער פסק איבעריג, סוי וואס הייסט זיי גייען צירוק שיקען ראזענוואסער'ס פסק??? פאר וועם ?? אין פאר וואס???
אין צווייטענס די קלערק האט דאך געשריבן אז קיינער קען נישט וויסן עפעס ביפאר עס קומט ארויס, סוי פון וועלעכע "שמועה" רעדסטו????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2006 16:09 לינק ישיר 

רעד צו מיר אידיש,
וואס מיינט מאדיפייען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2006 15:02 לינק ישיר 

לפי השמועה דארף עס ארויסצוקומען די וואך (רופט מיר נישט צו דין תורה אויב נישט), און זיי גייען מאדיפייען באראש און צוריקשיקן ראזענוואסער פאר א געהעריגע טרייעל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבותי: דעסיזשאן??? ווען? ווי לאנג נאך?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext