יעצט פארטאגס פלאקערט די בני יואל בילדינג אויף קאונטי רוט 105.
די פייער ווערט באקעמפט דורך די פייער דעפארטמענטס פון וואודבארי, מאנרא און קרית יואל.
נשלח ב-24/6/2006 01:27
די מעשה איז אזוי. זיי באדן זיך אין שווערע חובות און די בילדינג וואס זיי האלטן אינמיטן בויען פאר זייער תלמוד תורה רירט זיך נישט, ווייל ס'איז נישטא קיין געלט. בקיצור, דער מצב איז גאר ביטער דארט.
אלזא וואס האבן זיי געטאן? זיי האבן אונטערגעצינדן די בילדינג, און געהאפט צו באקומען אינשורענס. זיי האבן אנגעגרייט די מעשה מיט'ן מעקסיקאנער אז די פארדאכטן זאלן נישט פאלן אויף זיי.
וועט זיי דער שפיל געלונגען? ימים ידברו.
נשלח ב-23/6/2006 21:14
דער פייער טשיף ר' יושע בלומענטאהל איז אויפגעשטאנען 3:00 פארטאגס ווי גיווענליך און ער האט געזען א לעכטיקייט איז ער
אהינגעפארט און געלאזט ציוויסן טון די אינסטאנצן אז עס ברענט
נשלח ב-23/6/2006 19:55
פאקטיש,
די מעשה מיט די מעקסיקאנע גוי איז אמת 100%, ער איז געווען א באנדיט און מ'האט גערופען פאליציי צו אים, דערפאר זעענען זיי אים חושד.
ביי מיר מיינט עס, אויפן גנב ברענט די בנין!
תוקן על ידי - mefikel - 23/06/2006 19:56:10
צבי הירש שרייבט אין חדשות זאלי
מפי השמועה אחד מעסקני בני יואל:
נעכטן האט פאסירט א פראבלעם פון איינע פון די פאקיסטאנער ספאנישע ארבייטער וואס האט דארט
געארבעט דורך א קאמפאני (אזוי ווי אנדערע מוסדות ואולי גם סאטמאר בקרית יואל) וואס די קאמפאני
באקומט באצאהלט פון די מוסד. און זיי שיקן ארבייטערס צו מאכן פארשידענע ארבעט ווי למשל קלינען.
דער פאקיסטאנער האט עפעס געהאט אקעגן די מוסד און האט געווארפן שטיינער אויף די קינדער. די
הנהלה האט גערופן פאליציי, מ'האט זיך פארבינדן מיט דע קאמפאני און פארשיקט דעם פאקיסטאנער. די
אנדערע ארבייטער פון די זעלבע קאמפאני זענען געוועהן אויפגעברויזט אויף די פרשה. (אפשר ווייל
זיי האבן מורא פאר די פאליציי מחמת איזהו סיבה).
בקיצור הדברים בערך 3 אזייגער פארטאגס האט עמעצער פון אנדערן ווינקל פון קרית יואל אין די עצי
תמרים געגענד וואס געפינט זיך אויף א בארג און א הויעך פלאץ. באמערקט דאס פייער און גערופן.
אבער ס'איז שוין אין פלאמען, דאס איז א אלטער בנין פון האלץ.
וה' ימלא חסרונם.
ביי מיר מיינט עס, אויפן גנב ברענט דאס היטל
נשלח ב-23/6/2006 19:41
איך הער אז עס קומט א העפטיגע אינוועסטיגעישן. עס איז דא א שטארקע פארדאכט אז עס איז געווען "ארסען" (מעשה וויגדער). זייער אסאך פערצופעלדיגע געשעענישן דירעקטן צו דעם. עס מוז נישט זיין, אבער עפעס שטינקט דארט.
נשלח ב-23/6/2006 18:30
די זאליס האבן עס זיכער געטאן, היינט צוטאס ווילן זיי מער אז עס זאל פארברענגט ווערן ווי די אהרונים.
נשלח ב-23/6/2006 17:55
Woodbury, NY - A major three alarm fire has destroyed the entire 3 story Bennei Yoel boy school building all building down to the ground, at 411 County Road 105