אויב האט איר זיך געוואונדערט פארוואס די זאליס פארשפרייטן אויף היידפארק סטעיטמענט'ס אין נאמען פון די אהרונים...
סקאט מאללען, דער לויער פון די זאליס, האט היינט געשיקט בריוו צום אפעלאט געריכט וואו ער וויינט אויף די קארופציע פון די אהרונים אין געריכט, און אלס באווייז ברענגט ער דאס וואס די אהרונים פארשפרייטן וואס עס קומט פאר אין אפעלאט געריכט אונטער די קוליסן...
איך קוק דא צו דעם גאנצען ספעקטעקאל איך דריי מיך פשוט איבער פאר געלעכטער... די חברה בעביס מיט זייער פארגעשריטענער לויער מאלען זענען ממש פון זינען אראפ... זיי מאכן דאס גענאר פונעם גאנצן סיסטעם און פון די דזשאזעס באנאזאם, ממש א פארצוויילפטן שריט פון זייער זייט... און נאך מער דער בעבי מאלען פירט זיך זייער נישט עטיקל אויף מיט די אויסגעזויגענע נארישע אנגעדרייטע קינדישע שטיקלעך, עס קען נאך שטארק בעקפייערן אויף אים, ספעציעל אז ער גייט נאכדערצו צו די פרעס מיט חוצפה נאך איידער אן ענדגילטיגער פסק, אומגלויבליך ווי נאריש זיי פירן זיך, זיי מאכן פשוט א געשפאט פון די דזשאזעס מיטן אנדרייען די קינדישע שפיצלעך,
נשלח ב-28/6/2006 01:35
געגאנגען טעות לעולם חוזר
די זלידאון/ווילייונג חברה האבן געשריבן די קעפל אויף ענגליש און די באדי אין אידיש און דאס האט מאלען גענומען
נאר וואס דען ס'גייט זיי יעצט גאנץ ווייניג אן (אפילו פאר ווילי יונג) אז מען ווייסט ווער ווילי יונג און זאלידאון זענען זיי האבן סתם געוואלט קענען עפעס פעיפערס אריינגעבען און יעצט קענסטו שוין טוהן וואס דו ווילסט
הוה ראיה אז ער האט געלאזט אין פובליק זען אז די קאפיס קומט פון ווילי'ס קאמפיוטער ס'גלייבט זיך שווער אז ער האט סתם פארגעסן עס אראפצונעמען פאר סאיז געגאנגען פובליק
נשלח ב-28/6/2006 01:29
ענק האבן פארזען א וויכטיגע פרט.
זאלידאון/ווילי יונג האט געשריבן כמעט אלע זיינע תגובות אין ענגליש, אבער מאלען האט
אויסגעקליבן פונקט די איינצעלנע תגובות וואס ער האט געשריבן אין אידיש און עס טרענסלעיטעט.
נאר ווייל ער האט מורא געהאט אז די שפיל וועט זיין צו דורכזיכטיג, במילא האט ער גענומען די
אידישע און טרענסלעיטעט, ווייל אזוי זעט עס אויס מער עכט.
נשלח ב-28/6/2006 01:27
איך וויל נישט אריינגיין אין פרטים וויזאוי די קעיס וועט ארויסקומען
ווייל די מנהל לאזט נישט און איך ווייס אויך נישט
איך שיס סתם אריין א הערה אז פון די משוגעת פון מאלען אריינצומישען היידפארק אין קארט זעט מען אז מאלען האלט אז ער שטייט שמאל.... וד"ל
נשלח ב-27/6/2006 19:25
נישט צו גלייבן ווי צודרייט ער איז !
דער בריוו פון מאלען, מיט די עקזיביטס פון זאלידאון !