בית פורומים כל העולם כולו

היימיש געשמועסט: וואס ליגט דא אויפן וואגשאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/6/2006 18:43 לינק ישיר 
היימיש געשמועסט: וואס ליגט דא אויפן וואגשאל

די אומשטענדן פון די זיבן יעריגע מחלוקה האבן ליידער פארטושט דעם עולם און אראפגעפירט דעם
גאנצן ויכוח פון די רעלסן, די קליינליכע פרטים און דעטאלן האבן פארשוועמט דעם גרויסן בילד,
און מען פארגעסט שוין איבער וואס שלאגט מען זיך דא, פארוואס האט זיך דאס אנגעהויבן, און וואס
איז דער ציל פון די מערכה.

יעצט ווען מען שטייט פאר א קריטישן ווענדפונקט, ווען דער פארלירער פון דעם יעצטיגן אורטייל
וועט העכסט ווארשיינליך בלייבן דער פארלירער ביים סוף, איז די צייט צו איבערגיין אין קורצע
ווערטער מיט א ניכטערן בליק איבער וואס מען שלאגט זיך דא.

די הארץ פון די מערכה דרייט זיך ארום איין זאך, וועט סאטמאר זיין א שטח הפקר ?

וועט סאטמאר זיין א פלאץ וואו משה פריעדמאן און זיין גרופע טעראריסטן וועלן האבן א ווארט אין
אלע ענינים רוחניים ?

וועט סאטמאר זיין א פלאץ וואו איש כל הישר בעיניו יעשה [נוסח אלטר משה
גאלדבערגער], און יעדע זאך וואס פאלט ביי פאר יעדן משוגענעם - דמתקריא "קנאי" - ווערט א
רעאליטעט ?

וועט סאטמאר זיין א פלאץ וואס ווערט דאמינירט פון מענטשן אשר לא קרו ולא שנו ולא שימשו כלל
וכלל, און זיי "פארשטייען" צו הנהגה, און זענען די איינציגע מיט אן א.ג. "דעת תורה" [איך מיין
נישט די דיינים, איך מיין די שרייבערלעך וואס פירן זיי] ?

וועט סאטמאר זיין א שיף אן א רודער, וואו יעדער קליינליכער עסקן טוט אין אלעמען כאדם העושה
בתוך שלו, דער פירט רעכטס, דער פירט לינקס, יעדער אויף זיין אייגענעם דעת און איינשטעל, מיט
זאכן וועלכע ברעכן אונטער און מאכן חרוב די גאנצע קהילה קדושה אויף אלע אירע פיליאלעס ?


אדער...

וועט סאטמאר זיין א פלאץ וואו...

דער רצון פון איר מנהיג ווערט פולקאם אויסגעפירט !

יעדע זאך ווערט דאמינירט פון א דעת תורה !

מען פאלגט דעם מנהיג אפילו אויף זאכן וואס מען פארשטייט אנדערש, אפילו אין א.ג. "אידישקייט"
ענינים !

ועל כולם, וואו דער אויסדערוועלטער מנהיג, אונזער ביישפיל פאר די דורות העתידים, איז א גאון
עצום, א ירא שמים, א חכם, א מתון, א בעל מידות טובות, און איבער אלעם
א איש אמת
וואס וועט נישט זאגן אדער טון קיין פאלשע זאכן פאר כל חללי דעלמא !!!


יעצט אין די קריטישע מאמענטן ווען מען שטייט פאר נעילת שער, ווען אלעס הענגט אויפן וואגשאל,
ווען דער אויסגאנג קען זיך דרייען אויף אלע וועגן לויט א קליינעם ווינק פון עמיצן, פעלט זיך
אויס צו מתגבר זיין מיט די שטארקסטע כוחות (עס איז גוט באקאנט דער תויו"ט אין מס' יומא איבער
דעם כח פון די סטרא אחרא אין די לעצטע קריטישע מאמענטן) !

לאמיר זיך פארנעמען צו מרבה זיין מיט מצוות און מעשים טובים, צו געבן מער צדקה, זאגן עטליכע
קאפיטלעך תהלים, א.א.וו.

לאמיר נישט שפעטער זיין קיין צועל על העבר !!!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 19:49 לינק ישיר 

בא ללמד ביזט אפשר נישט געווען ביי די גענעראל פארזאמלונג און נוי יארק
ווען דער חשובער ראש הקהל האט מסביר געווען פארן עולם:

"סאטמאר איז איינס!!!  סאטמאר איז נאר דא איינס!!! נישט דא נאך א סאטמאר!!!!!"



און כלפי די וועלט

איז אזוי ווער עס וויל וויסען דעם אמת האט שוין לאנג אפגעמאכט ווער ס'איז סאטמאר
און ווער ס'וויל נישט וויסן דעם אמת וועט נישט יעצט אפמאכן לויטן קארט

אויב יא איז יענער אין ביג טראבל ווייל אויב איז ביי אים סאטמאר וועם די דזשאדזש מאכט אפ דער פארשטייט נישט ווי אזוי מען נוצט סאטמאר!!!

BTW די וועג פון משה משתב"ק י...ש צו פארנערן די וועלט איז היסטאריע

נאר א בלינדער און א שטימער קען ער נאך אפנערן
 
יעדער (איך מיין יעדער חוץ די פריער דערמאנטע...) ווייסט שוין דעם אמת וועם רבינו הק' זי"ע האט געוואלט פאר ממלא מקומו

אדרבה!!! זאג מיר ווער נישט

יעדער האט זיך שוין גענומען זיין וועג "רעכטס צו לינקס"!!

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 29/06/2006 19:55:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/6/2006 19:37 לינק ישיר 

בא ללמד

איך האלט נישט מיט דיר דער פארלירער וועט נישט זיין דער פארלירער עד סוף

1) אויב ח"ו אונז פארלירן קען מען עס נאך פעסט צוריק באקומען אויף אנדערע אופנים
די זאך איז נאר אז עס וועט קאסטען געלט און די שאלה איז וויאזוי די ראשי הקהלה וועט אפמאכען וואס עס לוינט זיך ענדערש צו דורך גיין וויטער מיט געריכט צו דורך בויען אייגענע בנינים געלט וועט אי"ה זיין
איך האב שוין אנגעגרייט די 1000 דאללער פאר די נעקסטע אלף שמות הבעל"ט

2) היעלה על הדעת!!!!!!! אז עס זאל זיין ווי די זאגסט אז סאטמאר וועט אויסקומען דיין ערשטע וועג??????????????


סאטמאר איז און וועט אי"ה זיין ביז משיח'ס טאג אזוי ווי דיין צווייטע וועג

איך פארשטיי נישט די זאגסט אז די גאנצע דעסישזאן ווענט זיך אין דיינע צוויי וועגן
פארוואס????????
ווייל אויף זאליס לעדערהעד וועט שטיין 550 בעדפארד מיינט עס ח"ו אז סאטמאר איז באנקראט?
אז סאטמאר'ס מעילינג אדרעסס וועט נישט זיין ראדני מיינט עס ח"ו אז סאטמאר איז דיין 1' וועג?

און לאמיר זאגן אז די סוף וועט זיין אז אונז וועלן געוואונען וועט עפעס זיין אנדערש אין סאטמאר אין עניני רוחניות ווי ביז יעצט????????
וועט עס דען ברענגען נאך אז עני בארי זאל זיין משה פר"מ זאל זיין זאלי זאל אפילו זיין רמ'מ טירנויער אז זיי זאלן אננעמען די צווייטע וועג?

המכה בדופן ליידער זענען די מענטשען (ערליכע צו נישט ערליכע) שוין פארדואפט אין די ערשטע וועג אין נאר תשובה און עפעס וואס זאל זיי אויפמאכן די אויגן און זיי צוריק צופירן צו זען דעם אמת און די תורה הק' נאר דאס וועט זיי מאכן זען די צווייטע וועג

אבער זאגן ח"ו אז משה גבאי י..ש וועט פירן סאטמאר אויב אונז פארלירן?

עכ"פ איך פארשטיי עס נישט

טראכט פאר די שרייבסט

תוקן על ידי - פאטאקי08 - 29/06/2006 19:41:21



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היימיש געשמועסט: וואס ליגט דא אויפן וואגשאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext