אויך בין איך פונקט ארויף אויף אייכלערס וועבסייטל www.1800eichlers.com טרעף איך דארט א לינק פון דעם ושננתם גמרא מיט א גרינגע אפליקעשאן http://www.1800eichlers.com/Veshinantom.asp עס איז מיר אינטערסאנט וואס די עולם זאגט צו דעם ושננתם. איך האב געזען דעם עדווערטייזמענט פאר $15 א גאנץ זימער איז מיר עס גוט געפאלען גאנץ ביליג איך האב עס באשטעלט, ווען איך האב געדאווענט איך שומרי שבת איז א חסידיש באחיינט אינגערמאן צוגעקומען צו מיר אין מיך געפרעגט אויב איך וויל עס באשטעלן, האב איך געזאגט פארוואס נישט $15 פאר א גאנץ זומער, דאס קומט אויס בערך א שעה ארבעט פאר הנאה רוחנית פון א גאנץ זומער א גוט געשעפט, איך האב עם גלייך געגעבן מיין קרעדיט קארד, אפאר טעג שפעטער ווען איך האב באקוקט די פאסט האב איך עס געטראפן, שוין יענעם טאג האב איך מיך געזעצט לערנען אין דעם איך האב מעך זיך נישט געקענט אבשיידן פון דעם איך האב עס גענומען אין בית מדרש אין די ארבעט עס איז א קליין קונטרסל באקוועם אין גרינג מיט צו נעמען ווי מען איז ממש א מחיה. מען דארף דאנקען דעם אייבערשטען וואס האט אין אזא דור איז דא מענטשען וואס ווילן מרביץ תורה זיין ממנו יראו וכן יעשו. |

|