בית פורומים חדשות אנש עולם הנגינה

אינעם קאמף קעגן קאפיען מוזיק: יונתןס מעסעדזש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/7/2006 16:33 לינק ישיר 
אינעם קאמף קעגן קאפיען מוזיק: יונתןס מעסעדזש

אויף זיין נייע טעיפ "שבת חזק" איז דא הארציגע מעסעדזש פון יונתן שווארץ צום סוף פונעם ערשטן ניגון ווי ער בעט זיך ברחמים אז מזאל נישט קאפיען קיין טעיפס, ער דערמאנט די הויעכע קאסטן וואס סקאסט היינט (70 אלפים לויט אים) צו פראדוצירן א טעיפ - ובנשימה אחת דערמאנט ער די היינטיגע טעכנאלאגיע וואס ערמעגליכט יעדן צו קאפיען וואס מאכט חרוב די אינדאסטרי

דא קענט איר הערן די דברים היוצאים מן הלב:
http://rapidshare.de/files/24985541/Yonasan_-_Shalom_Aleichem.wav.html

איז מיין קשיא דא אזוי, ערשטענס, צו זאגן אז די נייע טעכנאלאגיע איז שולדיג איז נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל מהאט אלעמאל געקאפיעט - אפילו אין די צייטן פון קאסעטן און רעקארדס, און די עיקר סיבה פון קאפיען איז לאו דוקא ווייל מוויל נישט צאלן נאר ווייל מוויל נישט צאלן פאר שוואכע קוואליטי ווי מהאט שוין דא געשמועסט אין פארום עטליכע מאל

פון די אנדערע זייט, האט די נייע טעכנאלאגיע אויך ערמעגליכט אז יעדער צווייטער שמויגער קען זיך היינט מאכן אן אייגענעם סטודיא פאר חצי בחינם, ווי משטייט און ווי מגייט עפענען זיך היינט אויף סטודיאס ווי שוועמלאך נאך א רעגן (כווייס פון לכה"פ דריי נייע סטודיאס וואס האבן זיך געפענט אין די לעצטע פאר וואכן, צוויי אין וויליאמסבורג און איינס אין ניו סקווירא), וואס מיינט אין אנדערע ווערטער אז סאיז היינט סאך גרינגער און ביליגער אהערצושטעלן גאנצע פראדוקשענס ווי אלעמאל

שטעלט זיך די קשיא, זענען נישט די צוויי זאכן ממש תרתי דסתרי?

כמיין דא נישט צו זאגן אז ער און אלע אנדערע זענען נישט גערעכט, כהאלט אז בעצם איז דאס קאפיען א געוואלדיגע עולה ובלי שום ספק איז עס לכה"פ בבחינת אבק גזל, אבער דער אופן וויאזוי די זינגערס פרובירן לעצטענס צו פירן א דירעקטע און קינדערישע מערכה איז לפע"ד מוגזם און נישט אפעקטיוו, מרדכיס ווידעאו דרשה איז געווען ללעג ולקלס און כהאב נאך נישט באגעגנט דעם פערזאן וואס האט דאס גענומען ערנסט, יעצט איז דאס געגאנגען נאך א שטאפל ווייטער מיט יונתןס נערישע מעסעדזש

לפע"ד איז ארויף לייגן א מעסעדזש צום סוף פון א ניגון אינמיטן א טעיפ אויך א שאלה פון אבק גזל, סאיז גזל זמן יעדעס מאל וואס כהער דעם טעיפ און כמוז צוהערן צו זיין דרשה באונס, יא יא, כווייס אויך אז כקען פארווערדן צום נעקסטן ניגון - אבער סקען גיין אויף די נערוון, מהערט אויס טעיפס ווייל מוויל זיך בארואיגן די נערוון נישט ווייל מוויל עמיציר זאל האקן אין קאפ אריין וועגן זיין קאפווייטאג

כהאלט אז פאר 70 אלפים וואלט ער ווען געקענט צולייגן א עקסטערן סי די מיט זיין דרשה און אפשר אפילו נאך אינטערעסאנטע ענינים (אפשר עפעס א באבע מעשה אויף גראמען וועגן א איד וואס האט געקאפיעט סי דיס און איז נעבאך מגולגל געווארן אין א MP3 פלעיאר וואס האט זיך נישט אויפגעהערט צו דרייען... ער וואלס עס געקענט א נאמען געגעבן "א גיטע סי. די.") וואס מוואלט אויסגעהערט איינמאל און באקומען די מעסעדזש, און ווער סוואלט שטארק געוואלט דאס הערן נאכאמאל וואלט געקענט איבערהערן וויפיל מאל סלאזט זיך

די טאקטיקן וואס מהאט אנגעהויבן ניצען לעצטענס אינעם קאמף קעגן קאפיען גייט שוין איבער דעם גבול, סאיז קלאר אז וואלט ווען די מוזיק אינדוסטרי זיך פארטראגן פון אינעווייניג וואלט ווען האלב פון זייערע (געלט) פראבלעמען נישט עקזיסטירט און זיי וואלטן אויך מער מצליח געווען אין שטעלן א נארמאלען טאן וועגן א ענין ווי זיי האבען בעצם רעכט



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-5/7/2006 17:56 לינק ישיר 

זיידיאנטשי, יאך בין מיט דיר מסכים 100 פראצענט. ס'האט נישט קיין שום פשט דאס ארויפזינגען אויף א טעיפ הזהרות, ובפרט אזוי ווי יונתן האט געטוהן אזוי SMACK IN THE MIDDLE.  אנפאנג האב איך נאך האלב וועגס געשמייכעלט ווען איך האב דאס געהערט אבער יעצט גייט עס שוין אזוי אויף די נערווען, אז ווען איך הער דאס, נעם איך עס אינגאנצן ארויס פון די CD   PLAYER.

אויב איז אים די דרשה אזוי געגאנגען אין לעבן אריין , האט ער עס געזאלט זאגן סוף טעיפ.

און בכלל גלייב איך נישט אז סהאט געקאסט זיבעציג אלפים! ווער סקען אביסל טעיפס ווייסט אז ישראל לאם איז נישט אזי טייער און בפרט אז נגינה (יוחי און אהרי טייטלבוים) האט געהאט א יד דערין האט עס געקאסט נאך ביליגער. ניגונים האט גארנישט געקאסט, דיסטריביוט די טעיפ האט ער, יונתן, אליין, סא וואס האט דא געקאסט זיבעציג אלפים?! 

פארשטיט זיך אז דאס אלעס איז נישט קיין תירוץ צו גיין מאכן א קאפי, אפילו אויב סוואלט נאר געקאסט 5 אלפים צו מער צו ווייניגער טאר מען אויך נישט מאכן א קאפי. אבער לענ"ד מיין איך אז די דרשה האט גאר ווייניג אויפגעטון, ווייל להלכה איז נישט אזוי זיכער אז סאיז אסור צו מאכן קאפיס, און די יעניגע וואס פלעגן אייביג מאכן קאפיס (מיינסטענס בחורים אין ישיבה, ווי טעיפס פארן פון איינעם צם צווייטן) וועלן סייווי ווייטער מאכן קאפיס.                                            
                        



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2006 15:59 לינק ישיר 

זיידי ס'קומט באלד ארויס נאך א טעיפ ווי מ' ווארענט אויף קאפי רייט אבער דאס וועט שוין זיין אינאערעסאנט אויסצוהערן. מ' וועט עס אי"ה דא פאסטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש עולם הנגינה > אינעם קאמף קעגן קאפיען מוזיק: יונתןס מעסעדזש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext