אפענער רוף: נישט פארהאנדלען, נאר דין תורה !
יעצט ווען די זאליס פראקלאמירן אז די פארהאנדלונגען זענען געענדיגט, און אונזערע ראשי הקהילה האבן זיך צום וויפילטן מאל איבערצייגט מיט וועמען מען האנדלט, וויל איך אויסרופן אן עפנטליכן רוף צו יעדן וואס האט א השפעה - א רוף וואס איך האב נישט געוואלט ארויסברענגען אינמיטן פארהאנדלען.
לדעתי טארן מיר זיך נישט אראפזעצן מיט זיי פארהאנדלען אויף גארנישט, ביז ווי לאנג זיי זענען נישט מסכים זיך צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר !
דער רשעות און צביעות פון זיך נישט שטעלן צו דין תורה טאר נישט באלוינט ווערן !
פון די פארהאנדלונגען וועט במילא גארנישט ווערן נאר אויב די זאליס פארלירן, ווי מען האט זיך שוין איבערצייגט די לעצטע יארן אז ביי זיי גייט מען נישט איין אויף גארנישט נאר ווען מען איז געצווינגען דערצו. במילא אויב עס וועט - האפנטליך, בע"ה - זיין ידינו על העליונה מוזן מיר זיין פעסט אנטשלאסן ביי זיך אז ווי לאנג יענער איז א מסרב לדין, טאר מען אים גארנישט נאכגעבן.
נישט בלויז אלס "חוטא נשכר", נישט בלויז ווייל עפ"י הלכה טאר מען ניטאמאל פארהאנדלען מיט א מסרב לדין, נאר אויך - און בעיקר - אז דאס זאל דינען א לעקציע פאר יעדן איינציגן איד, סיי ער איז א חבר אין קהלתינו הק' און אפילו אויב נישט, אז פון זיך נישט שטעלן צו דין תורה פארדינט מען נישט.
עס קען זיין א בכי' לדורות !!! נעמט עס נישט פאר לייכט !!!
אויב יענער וועט איינהאלטן די תורה און זיך שטעלן צו דין תורה, דאן איז שייך צו מאכן א געהעריגע פשרה, כפי ראות עיני ראשי קהלתינו הק', און פארשטייט זיך בהתיעצות מיט כ"ק רבינו שליט"א.
 |
|
|