בית פורומים כל העולם כולו

קרית יואל'ער פריינט צושלאגן אין קאונטי לעגיסלאטור

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/7/2006 22:21 לינק ישיר 
קרית יואל'ער פריינט צושלאגן אין קאונטי לעגיסלאטור

די שרעקליכע אנטיסעמיטיזם וואס הערשט קעגן קרית יואל האט דערגרייכט א נייעם שטאפל.

א גוי וואס האט זיך אנגענומען פאר קרית יואל אין די קאונטי לעגיסלאטור נעכטן ביי די הירינג פון די וואסער טאנקען, איז אכזריות'דיג צושלאגן געווארן.

מער פרטים ליינט אין די פאלגנדע תגובה:




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2006 18:51 לינק ישיר 

בא_ללמד, היינט דערמאנען זיי עס שוין אין קורצע ווערטער, און זיי לייגן עס אראפ כאילו עס וואלט געווען א פייט צווישן צוויי מענטשן:

Showdown over anti-Semitism
Some have suggested that anti-Semitism was the elephant in the room last week during the Orange Legislature's vote to block the Hasidic Village of Kiryas Joel's request to build two water tanks in an undeveloped county park. Perhaps, instead, the proverbial elephant was Goshen-based real estate salesman Robert Lawrence Jr.

As with prior KJ vs. the World votes in the Legislature, Lawrence took the podium in Goshen Thursday and charged that bigotry - not a desire to defend the greater good - was the true motivation for the resolution.

"Make no mistake about the path that I'm taking to tonight," he began. "That path is defending my Jewish friends, or any other minority or religion, from economic terrorism."

But when that path led Lawrence to compare KJ's critics to a certain German dictator - "We all know about the man who did this in the 1940s," he said - the crowd of more than 100 erupted in furor.

"What's your commission?" a man in the back of the room shouted, a clear reference to the Sullivan County land deal that this newspaper has reported Lawrence is discussing with Kiryas Joel officials.

But the anti-Semitism showdown only escalated after Michael Crean of Blooming Grove took the podium to refute Lawrence. The pair exchanged words and briefly laid hands on each other, as the man made his way back to his seat.

A sheriff's deputy separated them. Later, lawmakers devoted a large portion of their comments trying to cool down the bigotry debate. Legislator Roxanne Donnery, D-Highland Halls, in particular, blasted Lawrence.

"He came to inflame crowd," Donnery later said. "He was trying to incite the crowd, and he was very effective at what he did."




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/7/2006 15:18 לינק ישיר 

ס'איז באמת זייער מאדנע פארוואס דער געשלעג ווערט נישט דערמאנט אין רעקארד בכלל.

אויב עס איז ווירקליך פארגעקומען און עס ווערט נישט דערמאנט, דארף מען נישט קיין בעסערע ראי' דערפון פאר זייער אנטיסעמיטיזם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/7/2006 07:19 לינק ישיר 

יישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-7/7/2006 22:21 לינק ישיר 

די שרעקליכע אנטיסעמיטיזם אין ארענדזש קאונטי האט דערגרייכט א ווילדן קלימאקס וואס איז קיינמאל נאכנישט געזען געווארן אין די געשיכטע.

נעכטן דאנערשטאג איז אפגעהאלטן געווארן א הירינג איבער די פארלאנג פון קרית יואל צו קענען אויפשטעלן טאנקען אויף די קאונטי'ס פראפערטי. עס זענען אראפגעקומען גוים אנטיסעמיטן פון די לענג און ברייט וואס האבן אויפגעטרעטן און גערעדט ווי נאציס ממש.

דער ערשטער רעדנער האט דערמאנט פאר די גוים די סאמעט פרשה, און ער האט געזאגט אז אלע קרית יואל'ער איינוואוינערס זענען שווינדלערס און האלב קרית יואל איז געווען פארמישט אין די סאמעט פרשה.

אן אנדערער רעדנער האט געשריגן אז ווען קרית יואל איז געגרינדעט געווארן האט מען שוין געטאן שייגעץ שטיק און אומלעגאל באשטעטיגט דעם ווילידזש. יענער האט געברענגט שטיקער פון אלטע רעקארדס וואס האט געוויזן וויאזוי קרית יואל האט געפייט קעגן די זאונינג פון די טאון ווען משה (מאנראער) [ווילימסבורגער] איז נאך געווען מושל בכיפה.

מען האט געהערט דארט די ווילדסטע אנטיסעמיטישע ווערטער, ווי למשל אז חסידים צאלן נישט קיין טעקסעס, אבער זיי סאקן ארויס פון די גאווערמענט יעדע איינציגסטע פראגרעם וואס זיי קענען, אז די חסידים פאר'מיאוס'ן דעם שטעטל מיט זייער עקלדיגן אנגעטועכץ און אויפפירעכץ.

צווישן די אנטיסעמיטישע רעדנערס איז געווען דער ווילדער שונא ישראל טשארלי באהען, (וואס איז אויפגעקומען אויף דעם אז אידן מוזן לאזן אנגעצינדן די וואסער גאנץ שבת) און אויך דער לעגיסלאטור ספענסער מעקלאגלין וועלכער האט שוין געזען דעם יד השם א דאנק זיינע העצערייען קעגן קרית יואל, און ער איז ביטער קראנק און האלט פאר'ן שטארבן, אבער אפילו על פתחו של גהנם האלט ער נישט ביים תשובה טאן און איז פון קראנקען בעט געקומען האלטן א ווילדע העצערישע דרשה קעגן חסידים.

דאן האט זיך אויפגעשטעלט א גוי פון ארענדזש קאונטי, א רעליגיעזער קריסט, מיט'ן נאמען ראבערט לארענס, וואס האט אנגעפאנגען מוסר צו זאגן פאר די אנדערע גוים אז זיי זענען פאלנע אנטיסעמיטן, און אז דער אויבערשטער וועט זיי ביטער באשטראפן פאר'ן טשעפענען זיין אויסדערוועלט פאלק. דער גוי איז פארשריגן געווארן מיט ביטערע קולות און ווען ער האט געענדיגט זיין רעדע זענען אויפגעשפרינגען צוויי אנטיסעמיטן און האבן אים אכזריות'דיג צוזאמגעשלאגן. צום מזל איז די שעריף געקומען צו לויפן און אים געראטעוועט דאס לעבן.

עס כאפט אן א שוידער ווען מען זעט צו וואספארא שוידערליכער מצב פון אנטיסעמיטיזם עס קומט פאר דא אין די קאונטי, אז ווען א גוי נעמט זיך אן פאר קרית יואל איז ער נישט זיכער מיט'ן לעבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > קרית יואל'ער פריינט צושלאגן אין קאונטי לעגיסלאטור
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext