ווער וואלט זיך געגלייבט אז דער סיגעטער וועט נאר אפאר וואכן נאכ'ן ווערן רבי נשפל ווערן אויף אזוי ווייט, אז ער זאל נישט האבן קיין מנין שטריימלעך ביי זיין טיש, און אז בחורים וועלן זיצן אויבן אן.
נשלח ב-10/7/2006 18:06
ווארהייט
יעצט קוקט ער שוין עכט אויס ווי א פורים רבי...
עס דערמאנט מיך די פורים טישן ביי אונז אין ישיבה, ווען אויפן אויבן אן זענען געזעצן בחורים, און דער רבי האט נישט געדארפט זיין א יודע ספר, נאר דער גרעסטער לץ אין ישיבה...
תוקן על ידי - chiken - 10/07/2006 18:08:22
נשלח ב-10/7/2006 18:22
ווארהייט, וואס איז מיטן בנפול אוביך אל תשמח?
אונז האב מיר א גרויסן רבי'ן וואס פירט הערליכע טישן און זאגט הערליכע תורות, וואס קלינגט אפ אין די גאנצע וועלט. אונז דארף מיר זיך נישט אראפלאזן צו יענעמ'ס נידריגן מצב און עס דיסקאסן וואך איין וואך אויס.
גלייב מיר נאך די דריטע וואך איז מיר ניטאמאל אנגעגאנגאן די דורכפעלער פון זלמן לייב. עס איז שוין געווארן אזא קלארער פאקט ווער עס האט רוב מנין ובנין פון סאטמאר, אז ס'איז מיר געווארן באורד צו רעדן נאכאמאל און נאכאמאל פון די אויסגעשפילטע טישן פון זלמן לייבן.
נשלח ב-10/7/2006 18:36
ער איז נישט מיין פיינט. וואס טיפער אין דער ערד ער גייט אלץ מער האב איך אים ליב
די הדור האחרוניקעס אויף אלתר משה'ס קאלדליין זענען עס גוט מסביר, אז די איינציגסטע סיבה פארוואס מען דארף זלמן לייב'ן איז נאר ווייל ער איז א גוטער שטעקן אונטערצוברענגען אהרנ'ען.