4 שקרים פון דעפרעסטע זאליס.
די דעפרעסטע זאליס בראש פון זייערע היידפארק שרייבערלעך, האבן אנגעהויבן אן אינטענסיווע קאמפיין, מיט פאלשע שמועות...
לייענט און בארייכערט אייער וויסנשאפט
1טע מעשה'לע: ארונים מאכן נישט קיין מוסדות צוועק: אינטימידעיטן אונזערע מענטשן, אז מ'זאל נישט איינשרייבן די קינדער צו די נייע מוסדות דער אמת: מיר עפענען אי"ה יא אויף מוסדות פאר יונגלעך און מיידלעך דאס יאר אלול.
2טע מעשה'לע: ארונים געבן אויף ווייט עוועניו בילדינג צוועק: אינטימידעיטן אונזערע מענטשן, אז מ'זאל אנהייבן גלייבן אז מיר האבן נישט קיין מעכטיגע בילדינגס אין וויליאמסבורג דער אמת: מיר בלייבן אי"ה מיט דעם בילדינג. צי עס געפעלט פאר זאלי אדער נישט. דער מעכטיגער בנין אויף ווייט עוועניו, וועט זיין א דארען אין אויג פאר אלע זאליס. ביז משיח וועט קומען.
3טע מעשה'לע: ארונים וועלן נישט עפענען קיין קלאסן און חדרים העכער 6'טע קלאס צוועק: אינטימידעיטן אונזערע מענטשן, אז מ'זאל טראכטן אז מ'וועט נישט האבן ווי צו שיקן די עלטערע קינדער דער אמת: מיר עפענען אי"ה חדרים פאר אלע קינדער, יונגלעך און מיידלעך. פון נוירסערי ביז ארויף ארויף. אי"ה
4טע מעשה'לע: ארונים מוסדות וועלן זיך אפשר עפענען נאך סוכות.. און מ'וועט נישט אריינלאזן די קינדער אלול אין UTA צוועק: אינטימידעיטן אונזערע מענטשן, אז מ'זאל טראכטן אז מ'וועט נישט האבן ווי צו שיקן די עלטערע קינדער נאך זומער דער אמת: מיר עפענען אי"ה חדרים פאר אלע קינדער, יונגלעך און מיידלעך. פון נוירסערי ביז ארויף ארויף. אי"ה אויף חודש אלול תשס"ו לפ"ק. תיכף נאך קאנטרי וועט דער מוסד שטיין גרייט פאר אלע קינדער אי"ה.
תוקן על ידי - כל_העולם - 13/07/2006 0:07:39
 |
|
|