פסק קומט ארויס ביז געציילטע מינוט/שעה!!!
אויב איז אמת וואס כ'האב נארוואס געהערט וויל איך דא ברבים גראטולירן אלע זאליס פאר'ן געווינען דעם אפעלאט!!! דער פסק קומט ארויס ביז געציילטע מינוט/שעה און לויט ווי איך הער איז דאס א שיינער זיג פאר די זאליס. גם זו לטובה. כל מה דעביד רחמנא לטב עביד. מיר דארפן געדענקען: מען דארף "טאן" נישט "אויפטאן"! מיר האבן געטאן כל מה שבידינו און אויב איז דער רצון ד' מיר זאלן זיך אליינס בויען, וועלן מיר אזוי טאן. אמת, עס קומען אפאר שווערע טעג, מיר וועלן דארפן "פעיסען" די זאליס וואס וועלן לאכן פון אונז גאנץ א גוטס, אבער גם זה יעבור! מיר בלייבן מיט סאטמאר און זיי בלייבן פארט מיט'ן שטריק... און ביז א יאר פון יעצט ווען מיר וועלן האבן א פראכטפולן 25000 סקווער פיס ביהמ"ד אין צעטנער פון ניי-וויליאמסבורג (ווייט עוו צווישן פען און ראטלעדזש) און די שענסטע/בעסטע מוסדות התורה און בנינים אויף "אלעם" וואס פעלט אויס, וועלן מיר ניטאמאל געדענקען וויאזוי ס'האט אונז אפילו געדענקט וויי טאן אז מיר האבן פארלוירן דעם קאורט! דער רבי זי"ע בעל דברי יואל האט אויך געקעמפט מיט די מדינה הטמאה און ליידער שטייט דאס שוין קרוב צו 60 יאר און דאך האלט דאס אונז נישט אפ פון קעמפן און קעמפן כשטיתו הטהורה אז "מען דארף צו טאן, נישט אויפטאן".
 |
|
|