3. א נארמאלע שטימע.
איך בין מסביר:
ער מוז נישט האבן קיין גאלדענע זיסע אדער הארצלעך ווארימע קול,
נאר נארמאל איז אויך גוט.
נישט א הייזיריגע שטימע.
נישט קיין lisp
ער דארף קענען קלאר ארויס זאגן אלע ווערטער.
מ' דארף נישט קענען היוך ארויף ציען אדער טיף אראפ.
ביטע זייטס מפרסם פאר די קרובים און שכינים
מזכה זיין כלל ישראל מיט שיינע אידישע געזאנגען.
באמת זיכן מיר נאר פון בארא פארק אדער פלעט באש פאר די choirs
אבער פאר solo אויב איז דא גוטע סחורה קען זיין אפילו פון וויליאמסבארג, מאנסי, מאנרא, יונין סיטי...
אונס האבן געטראפן א בחור'ל וואס האט נאך געהאט א קינד שטימע ביז 14 יאר אלט!
ער האט טאקע געזינגן אויף איין טעיפ (נישט ביי אונס) אבער נישט מער.
ווען אונס וואלט מען געוויסט פון עם פריער וואלט מען געקענט מאכן פון עם ממתקים.
ממילא ווער ס' ווייסט פון גוטע סחורה סיי פאר solo סיי פאר choir
זאל זיך נישט שעהמען.
אונזער סטודיו איז דא אין בארא פארק מ' דארף נישט פארן אין די הרי חושך אזוי ווי אמאל.
HAPPYJEW איך האב נאך גארנישט געהערט אויף די גאס. וועט גאלדמאן'ס סטודיא ארויסגעבן אי"ה דעם זוממער נאך א טעיפ?
נשלח ב-13/7/2006 20:59
ניין.
חנוכה אי"ה
נשלח ב-13/7/2006 23:47
HAPPYJEW אויף וועלכע TUNE זינגט א יונגל, דאס הייסט, וויפיל טענער אפגערוט פון אן ADULT? למשל מ'זעהט ביי שמחות דער זינגער זינגט א שטייטע ניגן, און א קינד נעמט אים איבער אינדערמיט, רוב מאל איז די טאון צו הויעך אדער צו נידריג פארן קינד מיטצוזינגן. און די ONE MAN BANDS האבן אייביג פראבלעימען צו טרעפן די ריכטיגע טאון. מיין שאלה איז צו ס'איז דא א באשטימטע נומבער פון סקעילס, וואס א קינד איז אפגערוקט פון אן ADULT. למשל אויב איך ווייס אז א קינד זינגט מיט 3 גאנצע SCALES נידריגער פון אן ADULT דעמאלטס א ניגן וואס איך ווייס אז ס'קומט אויף א C וועל איך וויסן אז פאר א קינד געב איך א A
איז דא אזא זאך?
נשלח ב-14/7/2006 15:56
איך קוק עס אלץ אן ווי דאס קינד איז אן octave העכער.
נשלח ב-1/8/2006 03:28
2 האבן זיך שוין אינטערעסירט.
נשלח ב-17/8/2006 17:39
9 האבן זיך שוין אינטערעסירט total
נשלח ב-4/9/2006 19:45
12 האבן זיך שוין אינטערעסירט total
נשלח ב-5/9/2006 02:59
איינער איז פון א משפחה וואס האט זיך יעצט אריבער געצויגן פון ארץ ישראל
זיי האבן מיר געלאסט הערן ווי ער זינגט טיהר ר' ישמעאל פון קווארטן ביי א מסיבה פסח.
גאנץ גוט.
עס איז מעגליך עס וועט דא זיין א ילד 'ה'פלא מיט דעם ה הידוע.
אויך איז מעגליך עס וועט זיך אויס לאזן א בוידעם
די עלטערן טענ'ן אז ער כאפט שנעל א נייע זאך
נא נא...