| נשלח ב-12/7/2006 20:13 |
|
| |
א הסבר איבערן בית החיים ביטע
איך עפן דעם אשכול ווייל איך וויל פארשטיין וואס איז יעצט מיט'ן בית החיים.
לויט ווי איך פארשטיי איז דער ביה"ח געווען פארשריבן אויף קהל ייט"ל קר"י ביז אינמיטן די בני יואל פרשה, ווען עס האט זיך אויס געפעלט צוליב לעגאלע סיבות עס איבער שרייבן פאר קייט"ל ברוקלין.
JAN. 01 למספרם האט דער רה"ק ר' בערל איבערגעשריבן האלב פאר קר"י, און וועגן דעם איז מען געגאנגען אין קאורט ווי ראזענוואסער האט עס באשטעיטיגט.
נעכטן האט דער אפעלאט בטל געמאכט דעם דיד און געזאגט אז עס באלאנגט אינגאנצן פאר וומ"ס.
די שאלה איז אבער ווער איז וומ"ס, ווייל אין אנדערן פסק האבן זיי אנגענומען באראש'ס פסק אז די סטאטוסקווא בלייבט, און זיי האבן נישט געוואלט זאגן ווער דאס איז.
די געווינס פון די זאליס איז אז זיי זענן מוחזק, וועגן דעם בלייבן זיי "דערווייל" מיט די בנינים אין וומ"ס, אבער וויבאלד זיי זענן פונקט אזוי מוחזק אויף קהל ייט"ל ווי אונז, ביידע האבן א קהל ייט"ל, און וויבאלד אונז זענן פיזיש מוחזק אויפ'ן ביה"ח, קען מיר אונז פירן די ווערטשאפט דארט ווייטער, אדער זענן זיי מוחזק אויף קהל ייט"ל וומ"ס, איז די ביה"ח אויך זייער.
איך מיין אז די ביה"ח איז די גרעסטע אישוי דא, ווייל בנינים קען מען רעפלעסן, חסידים קען מען נישט נעמן אדער צונעמן, אבער די ביה"ח איז א פלאץ ווי יעדער האט א אינטערעס און קען זיך נישט לכאורה ערלויבן צו פארלירן.
איך בעט די וואס ווייסן אויפקלערן דעם ענין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 21:54 |
|
| |
ווארהייט, וועגן דעם האבן די סיגעטער אזוי געשאלטן אויף די קרית יואלער פאליס?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 21:51 |
|
| |
דאס מיינט אז כ"ו אב וועט זיין די פראוו ווער איז בעה"ב, חוץ אויב חלילה וועט זיין א נפטר וואס מ' וועט דארפן מקבר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 21:15 |
|
| |
נאכן אפעלאט פסק איז די נייע רול, כל דאלים גבר, אין וומ"ס זענען די זאליס בעה"ב, ווייל זיי האבן עס געכאפט בכח הזרוע, און די קארט האלט נישט ביים ארויסווארפן קיינעם. דאס מיינט קיינער וויל יעצט נישט זיין אין א פאזיציע וואס מ'וועט דארפן פארלאנגען ריליף פון קארט.
אטאמאטיש ווי נאר די אהרונים וועלן זיך באפעסטיגן ביים ביה"ח, (פארשטייט זיך אן קיין שום דראמאטישע אקציעס אדער דעקלעראציעס, דאס קען נאר אריינשפילן אין זייער הענט), נאר בלויז AS A MATTER OF FACT, מיר זענען אלס דא געווען אין טשארדש און מיר וועלן בלייבן אין טשארדש. וועלן די זאליס זיין אין א גרויסע דילעמא.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 20:55 |
|
| |
אלעס ווענדט זיך אין וועם ר' משה לייב וויטריאל, דער פאליס קאמישאנער פון די KJPD, אנערקענט אלס סאטמאר, וד"ל...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 20:36 |
|
| |
עקסעלענט פראגע.
מיין פרעדיקשן איז אז די נעקסטע SHOW-DOWN גייט זיין ביים ביה"ח, דאס איז דער נעקסטער שלאכט, און עס גייט נישט נעמען צו לאנג.
די אהרונים גייען זיך פיזיש גענצליך באפעסטיגן אויפן קאמפלעט בעלות.
הכנו.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2006 20:34 |
|
| |
לויט ווי איך האב געהערט און אזוי שרייבט מקוה איד און אן אנדער אשכול זענען אינז מוחזק און נאך אזאך נישט פארגעסן אז די יעצטיגע ביה"ח איז שוין ליידער פיל ווען איינער קויפט א חלקה קויפט ער שוין נישט דארט און די נייע חלק באלאנגע פאר די ארוינים אינגנצן
|
|
|
|
|