בית פורומים כל העולם כולו

60 יאר פארגאסן בלוט פאר מדינה, לבי לבי על חלליהם!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/7/2006 03:33 לינק ישיר 
60 יאר פארגאסן בלוט פאר מדינה, לבי לבי על חלליהם!

שוין נאנט צו זעכציג יאר פונעם עקזיסטענץ פון די פארשאלטענע מדינת הציונים, דער גרעסטער ניאוץ בה' און חירוף וגידוף וואס איז נאר געווען אין די היסטאריע, וואו צענדליגער טויזנטער אידן זענען שוין אומגעקומען אלס דירעקטן רעזולטאט פון דאס עובר זיין אויף די שרעקליך הארבע עבירה פון די שלש שבועות, ספעציעל די שבועה פון התגרות באומות, און מען זעט נאך אלץ נישט קיין סוף און קיין עק.

די ציונים האבן זיך פארזיכערט אין דער שטארקייט פון זייער מיליטער, דער סלאגאן ישראל בטח בצה"ל רח"ל איז שטענדיג געווען זייער שטאלץ און פארזיכערונג, און לאנגע יארן האבן זיי זיך באטראכט ווי אומבאזיגבאר אין די שלאכטן אקעגן די פרימיטיווע אראבער, טראץ וואס עס זענען געווען שווערע טויזנטער לעבנ'ס פארלוסטן אין רעזולטאט פון די מדינה איז דאס אוועקגעמאכט געווארן אלס דער פרייז וואס מען מוז צאלן אנצוהאלטן דעם חירוף וגידוף אקעגן די שכינה הקדושה.

למעשה האלט מען שוין היינט זעכציג יאר שפעטער, און אנשטאט דער אראבער זאל שוואך ווערן, דערזעט מען זיך מיט אן אומגלויבליכן מאנסטער, ארומגענומען דורך איבער א ביליאן מוסולמענער פון וועלכע די גרעסטע מערהייט באטראכטן די ציונים ווי פרעמדע אקופאנטן און אגענטן פון די קריסטליכע קרייץ ציגלער, און זיצענדיג ביים גרעניץ מיט נאנט צו 4 מיליאן פאלעסטינער פליטים וועלכע וואוינען פאר די לעצטע 60 יאר כמעט אן קיין דאך איבערן קאפ, האט זיך אנטוויקלט א מאנסטער וואס רופט זיך "כאמאס", וועלכער רופט פאר די גענצליכע אויפלעזונג פון די 'אידישע' מדינה, און טוט אלעס וואס אין אירע מעגליכקייטן צו פארטרייבן די אידישע אקופאנטן פון זייער לאנד - לשיטתם.

אן אריינגיין אין דער [אומ]גערעכטיגקייט פון זייערע טענות, איז דער טרוקענער און קלארער מציאות אז די מדינה האט פאקטיש נישט קיין שום רעאליסטישן וועג וויאזוי זיך ארויסצוזען פון דעם פלאנטער, און אפילו אויב די כאמאס וועט זיך ברעכן און יא אנערקענען מדינת ישראל, וועט באלד אויפשטיין אויף איר ארט א פרישע ארגאניזאציע וואס וועט רופן צו דער ענדגילטיגער פארניכטונג פון אלע אידן אין ארץ ישראל רח"ל, און בלי ספק וועט יענע ארגאניזאציע ווערן בליץ שנעל פאפולער אין די עקסטרעמע פאלעסטינער גאס, און זיי וועלן איבערנעמען דעם אויבנאן צווישן די פאלעסטינער.

דער טרוקענער מציאות איז - ליידער, אז ווי לאנג עס וועט זיין א 'אידישע' מדינה אין די גרעניצן פון די פאלעסטינער, וועט זיין אויף יענעם ארט א בלוט-באד רח"ל, ווילנדיג צו נישט ווילנדיג איז דאס דער פאקט, און קיין שום קלינגענדיגע פראזן און באמבאסטישע דערקלערונגען וועלן דאס נישט פארטושן.

עס טוט וויי דאס הארץ ווען מען מוז זיך ארומזען און אנערקענען אז די אלע צענדליגער טויזנטער נפשות זענען אומגעקומען אן קיין שום צוועק, און אפילו זיי אליין שפירן שוין אויך היינט אז עס איז נישטא קיין וועג ארויס, טראץ וואס זיי זענען עס נאך נישט מודה אויפן מויל.

כי אתה ה' באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה.

מיר טוען אלע בעטן און מתפלל זיין אז דער בורא כל עולמים זאל זיך שוין מרחם זיין אויף זיין געפלאגטן פאלק, און ער זאל אונטערברענגען און חרוב מאכן דעם געוואלדיגן ניאוץ בה' דמתקריא "מדינת ישראל", און ער זאל אונז שוין ברענגען דעם גואל צדק, בב"א.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 60 יאר פארגאסן בלוט פאר מדינה, לבי לבי על חלליהם!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext