נ.ב. איך מיין אז איך האב גאנץ גוט ארויסגעברענגט מיינע פוינטס מיט די בילדער און וואס איך האב שוין געשריבן. די וואס ווילן זען דעם אמת האבן שוין מער ווי גענוג, די וואס זענען אין denial ווי אויך פאר די וואס ווייסן דעם אמת טיף אין הארץ אבער וועלן קיינמאל עס נישט מודה זיין, וועט 100 תגובות אויך נישט העלפן. איז מיט דעם תגובה ענדיג איך מיין שרייבן אין דעם אשכול.
דאס וואס די שרייבסט אז "יעדער האט געוויסט אז דאס איז נישט פון קיין ארקיטעקט" איז נישט אמת, ענקער עולם האבן געשמועסט אין גרויסן פון דעם שיינעם בנין, אז די ווילסט א ראיה אז עס איז אזוי ווי איך זאג, קוק אויף דעם ערשטן תגובה דא אין דעם אשכול ווי אזוי די נייעס איז געבראכן געווארן דא "אויף די פראנט פעידש פון דער בלאט איז דא א בילד ווי אזוי די ריזיגע נייע הערליכע ביהמ"ד און וומס"ב גייט אי"ה אויסזעהן" אזוי האבן ענק דעמאלט גערעדט דא און אויפן גאס אדער אין שול. קענסט נישט לייקענען היסטאריע און פאקטן
נשלח ב-27/7/2006 02:59
קוקשקע
נאדיר
נשלח ב-27/7/2006 02:24
דער פוינט פונעם בילד איז געווען אז עס געלונגען פאר סאטמאר צו איינהאנדעלן א ריזיגער בנין און צענטער פון וומ"ס.
אם אין דעת הבדלה מנין
אם תמצא לומר עס איז "נישט" געווען א פיקטשער פון א בילדינג וואס שטייט שוין, קען מען זאגן אז
עס איז געווען א בילד פון א בילדינג וואס גייט שטיין און גייט אזוי אויסזעהן
אם תמצא לומר אז עס איז א "נישט" א בילד פון א בילד וואס גייט שטיין און גייט אזוי אויסזעהן,
קען מען זאגן אז עס איז א בילד פון א בילדינג וואס ענדעלט צו די בילדינג וואס מען גייט בויען
אם תמצא לומר אז עס "נישט" די בילד ניטאמאל וואס ענדעלט צו די בילדינג וואס מען גייט בויען
וועט מען מוזן זאגן אז - לא פחות ולא יותר - אז:
שמואל שפיצער פון 'עס ענד עס אימעדזש' האט געמאכט א הערליכן דזשאב און מאלן א בילד פון א
שוהל, ווען קען ענדלען לויט ווי גרויס די שטח איז
איין זאך איז זיכער
קהל יטב לב דסאטמאר גייט האבן א שוהל, פון איבער 25000 סקווער פיס, מיט עטליכע טויזענט זיץ
פלעצער, אין הארץ פון וויליאמסבורג, און ... די זיצן וועלן אי"ה זיין "פול" , דאס איז זיכער
נשלח ב-26/7/2006 21:14
די "הבדלה" פון די צוויי בילדער גייט זיין די ריעליטי... איין בילדינג גייט בלייבן ביעמ'ס מיט א שיינע פיקטשער, די אנדערע וועט זיין א שטאלץ פאר סאטמאר!