בית פורומים כל העולם כולו

בלאט פראנט פעידש בילד פון נייע ביהמ"ד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/7/2006 21:14 לינק ישיר 

די "הבדלה" פון די צוויי בילדער גייט זיין די ריעליטי...
איין בילדינג גייט בלייבן ביעמ'ס מיט א שיינע פיקטשער, די אנדערע וועט זיין א שטאלץ פאר סאטמאר!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 22:50 לינק ישיר 

אם אין דעת הבדלה מנין אם תמצא לומר עס איז "נישט" געווען א פיקטשער פון א בילדינג וואס שטייט שוין, קען מען זאגן אז עס איז געווען א בילד פון א בילדינג וואס גייט שטיין און גייט אזוי אויסזעהן אם תמצא לומר אז עס איז א "נישט" א בילד פון א בילד וואס גייט שטיין און גייט אזוי אויסזעהן, קען מען זאגן אז עס איז א בילד פון א בילדינג וואס ענדעלט צו די בילדינג וואס מען גייט בויען אם תמצא לומר אז עס "נישט" די בילד ניטאמאל וואס ענדעלט צו די בילדינג וואס מען גייט בויען וועט מען מוזן זאגן אז - לא פחות ולא יותר - אז: שמואל שפיצער פון 'עס ענד עס אימעדזש' האט געמאכט א הערליכן דזשאב און מאלן א בילד פון א שוהל, ווען קען ענדלען לויט ווי גרויס די שטח איז איין זאך איז זיכער קהל יטב לב דסאטמאר גייט האבן א שוהל, פון איבער 25000 סקווער פיס, מיט עטליכע טויזענט זיץ פלעצער, אין הארץ פון וויליאמסבורג, און ... די זיצן וועלן אי"ה זיין "פול" , דאס איז זיכער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 23:49 לינק ישיר 

ליינט ווי די זאליס זענע גערעגט אויף שמואל שפיצער http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1995857



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 01:38 לינק ישיר 

טאקע א שיינע אנאליז אבער די האסט זיך אוועקגעדרייט פון מיין פוינט.

דער סדר העולם איז אז ווען דער ארכיטעקט גיט איבער זיינע פארטיגע פלענער גיט ער אויך א מאדעל אדער בילדער וויאזוי דער בנין וועט אויסזעהן.

דער בלאט האט ארויפגעשטעלט דעם בילד אויפן פראנט פעידזש אין א וואך וואס עס איז געווען זייער גרויסע נייעס אין סאטמאר, וואס די עכטע גרויסע נייעס וואלט ווען געדארפט זיין געדעקט אויפן פראנט פעידזש, אבער זיי האבן געשטעלט דעם צוזאמגעשטעלטן בילד, אזוי גרויס אויף האלב פונעם פראנט פעידזש, אזויווי דאס איז זייער גרויסע און פרישע נייעס.

יעצט שטעלט זיך ארויס אז דער בילד איז נישט פון קיין ארכיטעקט און עס איז נישט דא קיין אקטועלע אדער פערטיגע פלענער פאר א נייעם שוהל, דאס איז בלויז א צוזאמגעשטעלטער בילד פון א גרעפיק דעזיינער.
 אויב אזוי איז דאך דאס נישט קיין פראנט פעידזש סחורה אפילו אין סתם א שטילער נאך דערצו נישט אין א וואך וואס עס איז געווען די גרויסע נייעס בנוגע סאטמאר.
 נאר וואס דען מען האט דאס ארויפגעשטעלט פאר א דיסטרעקשן, לבלבל המוחות מיט א גניבת דעת כאילו מען האט פונקט יעצט גענדיגט די פלענער פאר א נייע שוהל כדי צו פאר וואסערן די צוויי פעטש וואס מען האט געכאפט אין קאורט

דאס איז געווען מיין גאנצער פוינט.


יעצט צו די וואס האבן געשריבן נביאות ווי גרויס אדער וויפיל מענטשן עס וועלן זיין אויב און ווען דער שוהל וועט אויפגעבויעט ווערן.
גיטס א קוק, ענקער רבי איז יעצט אויף א גרויסע נסיעה אין אייראפע ביי די מקומות הקדושים, זיין ערשטע נסיעה אלס א רבי, ווי די פלאנירערס האבן זיך געראכטן אויף 2 טויזנט מענטשן און למעשה זענען נאר דא בערך 75 מענטשן אויף דעם גרויסן מסע מלכות.

אלע נביאות און שאצונגן זענען נישט אייביג וואס עס שטעלט זיך ארויס למעשה. Time will tell




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2006 01:48 לינק ישיר 

וואו צב"ש זענען געווען די פלאנירער וועלכע האבן זיך געראכטן אויף צוויי טויזנט מענטשן ?!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 02:08 לינק ישיר 

ווען מען האט לכתחילה גערופן דעם קעיטערער פון בעלגיע פאר פרייזן האט מען געבעטן א פרייז פאר 2000 מיעלס א טאג.
איך האב דאס געהערט כלי ראשון

ביטע נישט פארדרייען דעם שמועס פון דער עיקר נושא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2006 02:18 לינק ישיר 

10 טעג, 200 מענטשן, איז 2000 מילס, שטימט דאך עס יא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2006 02:24 לינק ישיר 

דער פוינט פונעם בילד איז געווען אז עס געלונגען פאר סאטמאר צו איינהאנדעלן א ריזיגער בנין און צענטער פון וומ"ס.

דאס אלעס.

דאס איז געווען די נייעס. און דאס לייקנט קיינער.

דער אויסזעהן איז נאר מהיכי תיתי, מ'האטעך נישט געקענט ארויפלייגן א שמיציגע באוואקסען מיט בלעטער בנין, האט מען עס א ביסל צוגעפיצט. יעדער האט געוויסט אז דאס איז נישט דער ארקיטעקט.

מאך דיך נישט משוגע.

תוקן על ידי - מקוה_איד - 27/07/2006 2:34:53



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 02:59 לינק ישיר 


קוקשקע

נאדיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 03:22 לינק ישיר 

אז מען קען נישט ארויפלייגן א בילד פון א שמוציגן בנין באוואקסן מיט בלעטער לייגט מען נישט בכלל קיין בילד, מען מאכט נאר א העדליין מיט קידוש לבנה אותיות.   ווען מען פילט אן א האלבן פראנט פעידזש מיט א בילד וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן איז דאס איז נאר לבלבל המוחות
(אינטערעסאנט ווי די רופסט דאס גאנצער פאלשן בילד "א ביסל צוגעפיצט")

דאס וואס די שרייבסט אז "יעדער האט געוויסט אז דאס איז נישט פון קיין ארקיטעקט" איז נישט אמת, ענקער עולם האבן געשמועסט אין גרויסן פון דעם שיינעם בנין,   אז די ווילסט א ראיה אז עס איז אזוי ווי איך זאג, קוק אויף דעם ערשטן תגובה דא אין דעם אשכול ווי אזוי די נייעס איז געבראכן געווארן דא "אויף די פראנט פעידש פון דער בלאט איז דא א בילד ווי אזוי די ריזיגע נייע הערליכע ביהמ"ד און וומס"ב גייט אי"ה אויסזעהן"
אזוי האבן ענק דעמאלט גערעדט דא און אויפן גאס אדער אין שול. קענסט נישט לייקענען היסטאריע און פאקטן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2006 03:32 לינק ישיר 

קושקע, "2000 מיעלס א טאג", האסט אראפגעשניטן צוויי וויכטיגע ווערטער.

נ.ב.
איך מיין אז איך האב גאנץ גוט ארויסגעברענגט מיינע פוינטס מיט די בילדער און וואס איך האב שוין געשריבן.   די וואס ווילן זען דעם אמת האבן שוין מער ווי גענוג, די וואס זענען אין denial ווי אויך פאר די וואס ווייסן דעם אמת טיף אין הארץ אבער וועלן קיינמאל עס נישט מודה זיין, וועט 100 תגובות אויך נישט העלפן. איז מיט דעם תגובה ענדיג איך מיין שרייבן אין דעם אשכול.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2006 03:40 לינק ישיר 

הבדלה

בילדינגס איז אזוי ווי מענטשען
וועסט נישט טרעפען אין גאנץ כדיר העולם צוויי בילדינגס זאלן אויס זעען די זעלבע
(די טווין טוערס איז שוין נישטא...וועגן דעם האט מען עס גערופען טווין אבער אין די גאנצע וועלט איז עס נישטא היינט צוטאג)

אויך וועסטו קיינמאל נישט טרעפן א בילדער זאל נאכמאכן א צווייטען

אויך וועסטו קיינמאל נישט טרעפן איינער זאל אראפמאלען בערך ווי אזוי א בילדינג וועט אויסזען

אם אין דעת הבדלה מנין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 03:43 לינק ישיר 

הבדלה

איך האב געהערט נאך אסאך נענטער ווי א כלי ראשון (גראד פון קעכער\בעקער)
אז מען האט באשטעלט 5500 פארציאנען פאר יעדע מיעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 19:05 לינק ישיר 

לאמיר דא פרובירן צו מאכן א סך הכל יא, יעדער איז מודה אז די בילדינג אויף ווייט לענגאויס פון פען ביז ראטלידזש איז דא ביזדערווייל גראז יא, יעדער קען אויך מודה זיין אז שמואל שפיצער האט געמאכט א שיינע דזשאב, א דזשאב וואס זיין קאלעגע מר. זאלי/הבדלה מנין איז ברוגז אויף אים יא, יעדער איז מודה אז די בילדינג איז 200 פיס ביי 125 פיס וואס איז 25000 פיס יא, יעדער איז מודה אז ווייט עוו צווישן פען און ראטלידזש איז אינמיטן וויליאמסבורג יא, יעדער איז מודה אז סאטמאר האט אגעקויפט דעם בילדינג יא, יעדער איז מודה אז סאטמאר פלאנט צו בויען דארט א שוהל יא, יעדער איז מודה אז עס איז דא פלאץ אין אזא שוהל פאר 5000 זיצן יא, יעדער ווייסט אז סאטמאר קען און פילט אן 5000 זיץ פלעצער דער סך הכל איז סאטמאר האט אפעגעקויפט דעם בילדינג אויף ווייט עוו צווישן פען און ראטלידזש וואס איז 200 ביי 125 וואס קומט אויס צו 25000 סקווער פיס א שטאק, וואס איז דא פלאץ פאר 5000 זיצן, און סאטמאר פלאנט צו בויען דארט די שוהל, און סאטמאר האט שוין געוויזן אז זיי קענען אנפילן 5000 זיצן יעצט דער סך הכל בנוגע דעם בילד דער בנין איז קלאר שטימט קלאר לויטן סייז אז עס קען ווען אזוי אויסזעהן, אבער עס איז קלאר אז עס "גייט" נישט אזוי אויסזעהן, און איך בין זיכער אז שמואל שפיצער פילט זיך זייער גוט, אז הבדלה מנין שעלט אוועק אז ער האט געמאכט א גוטע ארבעט די ציל פון דעם בילד איז אויך זייער קלאר און דאס איז, מיט דעם כלל 'א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער' און אונזער קאלעגע מקוה איד האט דאס זייער גוט ארויסגעברענגט אז עס איז קלאר אז ביז א יאר צוויי, וועט סאטמאר האבן אין וויליאמסבורג מוסדות מיט פילע טויזענטער קינדער קע"ה, צענדליגער אויטאבאסן, פילע בנינים, און אויך גרויסן סאטמאר ביה"מ אין הארץ פון וויליאמסבורג, בנוסף צו פילע קלענערע סאטמארע שוהלן און דאס איז געווען דער ציל פון דער בילד, אז מען זאל דאס קענען פארשטיין און פילן שוין תיכף אויף פלאץ, לקיים מה שנאמר: די פריינד זאל זיך קענען פרייען, און די שונאים זאל קענען .................. און אונזער הבדלה מנין, האט ארויסגעברענגט די חלק אז די שונאים זאל קענען................. אויפן בעסטן אויפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 19:11 לינק ישיר 

דער משוגענער זאגט אז מען האט זיך געגרייט אויף 2,000 מענטשן, און עטס טענה'טס ענק נאך מיט אים. איך האב נאך אזאנס אין מיין לעבן נישט געזען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בלאט פראנט פעידש בילד פון נייע ביהמ"ד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.