כדי מסביר צו זיין די רייד פון דיפלאמאט, עס זאל נישט באלד קומען צו קיין מהומות. בעל גאווה, דו שרייבסט אן אמת'ן אמת, אבער דו דארפסט פארשטיין, מ'רעדט פון א מענטש, א ריזן בעל כשרון, א מענטש וואס מ'קען זאגן ער האט געהאט אלע מדות שמנו חכמים, א ריכטיגער חכם מחוכם, א דיפלאמאט בכל המובנים, ער האט ביז תשל"ט אנגעפירט אלעס אין סאטמאר, דער סאטמאר רב דער בעל ויואל משה זי"ע, האט מיט איהם גערעדט געשמועסט די מערסטע פון סיי וועלכען אנדערן תלמיד, ווייל אין איהם האט ער געפונען דעם ריכטיגע פערזאן איבער צושמועסן אלעס און איבער אלעס, און אפילו שוין אין זיינע לעצטע יארן פון הרהגה"צ רבי נתן יוסף זצ"ל, האט מען אלעמאל געקענט זיך דורכשמועסן מיט איהם, אין סיי וואס פאר א פרט אין לעבן, און ווי אויך האט ער געפירט אסאך אסאך כללי'שע אקטיוויטעטן, וואס מענטשן ווייסן בכלל נישט אז ער איז געשטאנען אונטער דעם, איך שטעל זיך פאר אז איצט וועט ארויסקומען אלע זיינע באהאלטענע עסקנות, ער איז געווען אן אמת'ער ערליכער איד, א דאווענען ביי איהם איז נישט געגאנגען אזוי פשוט, ער האט געקאכט און געברענט, מיט א ריכטיגע התלהבות דקדושה, א טיפ איד פון אמאל, און אזוי אויך אין לימוד התורה, איז ער געווען א חסידי'שער איד במלוא מובן המילה, ער האט געלערנט מיט א פרישקייט, מיט א ברען, מיט א פלייס, ווייניג אידן מוטשען זיך נאך אויף די שווערסטע סוגיות אין ש"ס אין די עלטער וואס ער פלעגט זיך נאך זעצן צו די גמרא ווי א 17 יעריגע בחור.
סאו ווען דו שרייבסט אזוי אין קורצן, ער האט לוחם געווען קעגן ציונות, קוקט עפעס אויס א שטיקל זלזול תלמידי חכמים, און פשוט קען זיין אז דו האסט נישט געוואוסט פון דעם איד אויסער זיין מלחמה קעגן ציונות, דאס איז א שטיקל לימוד זכות אויף דיר.
 |
|
|