מיר האבן זיך ווידער נישט פארשטאנען ווייל איך האב נישט געוויסט, אז איר ווייסט נישט אז ס'איז דא נאך א מהלך צו עפענען א gmail אקאונט, איעדער וואס עפענט אן אקאונט באקומט א סכום פון אינווייטס (invites) וואס ער קען לאדענען גוטע פריינט צו עפענען אייגענע gmail אקאונטס, און יענער ברויך נישט אריינלייגן קיין שום טעלעפאן נומער, איך אליינס האב בדרך זה 3 שטיק אויפגעסיינט, און אויך מזכה געווען א שיינע פאר גוטע פריינט
קוק אויף דיין gmail אקאונט די לינקע זייט אינטן
נשלח ב-28/1/2007 18:40
אופס...זיך ווידער נישט פארשטאנען,
וואס איך האב אויבן דעשריבן איז אז:
אויפצוסיינען אויף Gmail דארף מען קודם אריינלייגן א סעל נומער און זיי שיקן א טעקסט מעסעדזש מיט א קאוד וואס דאס דארף מען אריינלייגן צו גיין ווייטער, און אויב ווילסטו עפענען א צווייטע אקאונט און דו לייגסט אריין דיין סעל נומער קומט ארויף אז די נומער עקזיסטירט שוין און דו מוזט לייגן א נייע נומער וואס דאן מוז מען שוין צוקומען צו א שכן / חבר / שוואגער וכדו'
_________________
נשלח ב-28/1/2007 17:47
הער קאמענטאטאר:
יא, עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז מיר קריגן זיך נישט, מיר שמועסן זיך בלויז אדורך הויך - לחידודא בעלמא - ממילא קען מען לכאורה ממשיך זיין
דאס וואס איר ארגומענטירט אז צוויי gmail אדרעסן פארלאנגען צוויי באזונדערע טעקסט מעסדזש קעיפעבעל סעלפאונס, וואס גראדע גלייך איך דאס וואס ווערט ארויסגעברענגט צווישן די שורות, אז gmail איז זייער גוט געאייגענט פאר די וואס ווילן נוצן gmail פונעם סעלפאון (היי טעק בלע"ז)
אבער בנוגע אונזער נושא: פארלאנגט זיך בלויז צוויי באזונדערע טעקסט מעסדזש קעיפעבעל סעלפאונס אויב איר ווילט זיך כסדר אדורך שמועסן מיט די אלע ספעמ'ערס, ווייל אויף צו וועריפיייען אליינס לוינט לכאורהנישט צו האבן אן עקסטערן סעלפאון
נשלח ב-25/1/2007 20:20
איך האב זייער גוט פארשטאנען דיין עצה ביים ערשטן מאל, און ארגומענטירט דערויף אז זינט מיין gmail נוץ איך יאהו פאר אלץ מינדערוויכטיג, איך האב עס נאר דערמאנט דרך אגב,
הער קאמענטאטאר אפשר ביסטו מיר מגלה סוד וויאזוי מען ברענגט אריין gmail אין Outlook Express ??????
נשלח ב-24/1/2007 21:19
ייש"כ, און דאס האב איך טאקע געטון שוין פאר אנדערטהאלבן חודש צוריק, נישט אזוי ווייט צוליב ספעם, נאר ענדערש צוליב וואס Gmail קען מען אריינברענגען אין Outlook Express וואס יאהו אפפערט נאר אין Yahoo Mail Plus פאר א יערליכען אפצאהל (גראדע נישט קיין סאך, בערך $20.00) איך מיין אז AOL גיט עס אויך פאר אומזיסט.
די ערשטע זאך בעטן זיי א אימעיל אדרעס, און ווי נאר איך האב געגעבן מיין אימעיל בין איך ארויף אויף עפעס א טעלעמארקעטינג ליסט און זייט דעמאלט באקום איך צוויישן 75 און 125 אימעילס א טאג, ס'בלייבט מיר ממש נישט איבער קיין ברירה נאר צו דראפן דעם אדרעס וואס איך האב זייער נישט קיין חשק,
נשלח ב-24/7/2006 15:01
איך בין אפילו נישט אריין צו דיין לינק וואס די האסט דא אנגעצייכענט, אבער איך קען דיר שוין זאגן אן קוקען אין דעם סייט אז עס איז גארנישט מער ווי א שווינדעלעריי. איך בין שוין זאט פון די אלע גניבה שטיקלעך אויפן אינטערנעט, עס איז נישט דא אזא זאך ווי בחנם.