איך בין אפילו נישט אריין צו דיין לינק וואס די האסט דא אנגעצייכענט, אבער איך קען דיר שוין זאגן אן קוקען אין דעם סייט אז עס איז גארנישט מער ווי א שווינדעלעריי. איך בין שוין זאט פון די אלע גניבה שטיקלעך אויפן אינטערנעט, עס איז נישט דא אזא זאך ווי בחנם.
אויפן עתיד איז דא אן עצה מ'זאל האבן א עקסטערע אימעיל אדרעס פאר די זאכן און דארט נאר גיין ווען מען ברויך וועריפיייען וכדומה
gmail איז לכאורה די בעסטע ווייל ס'האט א גוטע ספעם פילטער,
ווי אויך ווייזט עס נישט קיין אדווערטייזמענט בילדער ארום און ארום (ווי יאהו וכדומה),
ווי אויך רוב פון די בילדער וואס קומען מיט אן אימעיל ווייזט עס נישט לכתחילה,
נאר ס'שטייט Images are not displayed, און צו זעהן די בילדער דארף מען קליקן אויף Display images below
כזה:
Images are not displayed. Display images below
נשלח ב-24/1/2007 21:19
ייש"כ, און דאס האב איך טאקע געטון שוין פאר אנדערטהאלבן חודש צוריק, נישט אזוי ווייט צוליב ספעם, נאר ענדערש צוליב וואס Gmail קען מען אריינברענגען אין Outlook Express וואס יאהו אפפערט נאר אין Yahoo Mail Plus פאר א יערליכען אפצאהל (גראדע נישט קיין סאך, בערך $20.00) איך מיין אז AOL גיט עס אויך פאר אומזיסט.
איך ווייס אז Gmail קען מען אריינברענגען אין Outlook Express אין אזוי אויך אין Microsoft Outlook ווי אויך איעדע pop3 פּראגרעם
איך האב אבער גערעדט אן עצה מ'זאל האבן א עקסטערע אימעיל אדרעס נאר פאר די זאכן ווען די Free סייט'ס
בעטן א אימעיל אדרעס פאר זכות כניסה וכדו', און דארט נאר גיין קוקן ווען מען ברויך וועריפיייען וכדו', כדי די געהעריגע אימעיל אדרעס זאל נישט ארויף גיין אויף קיין שום ספּעם ליסט און מ'זאל נישט באקומען הונדערטער אימעילס אֵ-יעדן טאג, און מ'זאל נישט דארפען דראפּען דעם נארמאלן אימעיל אדרעס,
און כמובן וויל מען דעם עקסטערען אימעיל אדרעס נישט אריינברענגען אין Outlook Express - אין אנדערע ווערטער אויב גלייכסטו Gmail בכלליות דאן איז די עצה מ'זאל האבן צוויי Gmail אדרעסן.
נשלח ב-25/1/2007 20:20
איך האב זייער גוט פארשטאנען דיין עצה ביים ערשטן מאל, און ארגומענטירט דערויף אז זינט מיין gmail נוץ איך יאהו פאר אלץ מינדערוויכטיג, איך האב עס נאר דערמאנט דרך אגב,
יא, עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז מיר קריגן זיך נישט, מיר שמועסן זיך בלויז אדורך הויך - לחידודא בעלמא - ממילא קען מען לכאורה ממשיך זיין
דאס וואס איר ארגומענטירט אז צוויי gmail אדרעסן פארלאנגען צוויי באזונדערע טעקסט מעסדזש קעיפעבעל סעלפאונס, וואס גראדע גלייך איך דאס וואס ווערט ארויסגעברענגט צווישן די שורות, אז gmail איז זייער גוט געאייגענט פאר די וואס ווילן נוצן gmail פונעם סעלפאון (היי טעק בלע"ז)
אבער בנוגע אונזער נושא: פארלאנגט זיך בלויז צוויי באזונדערע טעקסט מעסדזש קעיפעבעל סעלפאונס אויב איר ווילט זיך כסדר אדורך שמועסן מיט די אלע ספעמ'ערס, ווייל אויף צו וועריפיייען אליינס לוינט לכאורהנישט צו האבן אן עקסטערן סעלפאון
נשלח ב-28/1/2007 18:40
אופס...זיך ווידער נישט פארשטאנען,
וואס איך האב אויבן דעשריבן איז אז:
אויפצוסיינען אויף Gmail דארף מען קודם אריינלייגן א סעל נומער און זיי שיקן א טעקסט מעסעדזש מיט א קאוד וואס דאס דארף מען אריינלייגן צו גיין ווייטער, און אויב ווילסטו עפענען א צווייטע אקאונט און דו לייגסט אריין דיין סעל נומער קומט ארויף אז די נומער עקזיסטירט שוין און דו מוזט לייגן א נייע נומער וואס דאן מוז מען שוין צוקומען צו א שכן / חבר / שוואגער וכדו'
_________________
נשלח ב-29/1/2007 21:35
קאמענטאטאר:
מיר האבן זיך ווידער נישט פארשטאנען ווייל איך האב נישט געוויסט, אז איר ווייסט נישט אז ס'איז דא נאך א מהלך צו עפענען א gmail אקאונט, איעדער וואס עפענט אן אקאונט באקומט א סכום פון אינווייטס (invites) וואס ער קען לאדענען גוטע פריינט צו עפענען אייגענע gmail אקאונטס, און יענער ברויך נישט אריינלייגן קיין שום טעלעפאן נומער, איך אליינס האב בדרך זה 3 שטיק אויפגעסיינט, און אויך מזכה געווען א שיינע פאר גוטע פריינט