בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווער געדענקט נאך...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/7/2006 20:35 לינק ישיר 
ווער געדענקט נאך...

 

ווען א ווייסע בארד האט געמיינט א מלחמה איבערלעבער...

 

ווען א "פאבליק" טעלעפאן איז צוניץ געקומען פאר'ן פאבליק...

 

ווען מ'האט גערעדט צו מענטשן אנשאטא צו מאשינען...

 

ווען ביי א "קידוש" איז געווען אויף וואס קידוש צו מאכן...

 

ווען "שנה" ראשונה האט זיך געענדיגט נאך א יאר...

 

ווען א "ספרים סטאר" האט פארקויפט בלויז ספרים...

 

ווען עס האט געדויערט צייט צו ווערן אן "עקספערט"...

 

ווען "צום ווידערזען" האט נאכנישט געמיינט " קענסט שוין גיין"...

 

ווען א "בעקערי" האט נישט פארקויפט "בלויז" היימישע פראדוקטן...

 

ווען א "קאפקעיק" איז נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט דעם קאפ אויפםן פלאץ...

 

ווען מענטשן זענען געווען מענטשן און אייער, אייער...

 

ווען "האלבע" שיך איז געווען האלב...

 

ווען "חול המועד" איז אדורך אן "חול המועד האלטן"...

 

ווען א פסיכיאטאר האט נישט געדארפט קענען אידיש...

 

ווען די פראגע "וואס הערט זיך מיט שלום בית" איז געווען א ווערטל...

 

חינוך האט נישט געהאט א פארבינדונג מיט "טעיפס"...

 

מ'האט געהאט חומרות פאר זיך און קולות פאר א צווייטן...

 

ווען "קאנטרי" איז נישט געווען א "מוז"...

 

דער חילוק צווישן א ספאדיק און א שטריימל איז געווען מערקבאר...

 

פרישע עסן איז געווען א מעלה און "אווערנייט" א חסרון...





דאס האט מיר איינער אריינגעשיקט אין אימעיל, און קומט פונעם 'צייטונג' (נייעס באריכט - ווער געדענקט נאך דעם נאמען?...) אין א פורים אויסגאבע.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 02:31 לינק ישיר 

...ווען א קנאי האט נישט געמיינט זיך קישען מיט אראבער...

...ווען נחל חרדי איז געווען נאר פאר ציונים...

...ווען סאטמער פלעגט נישט גיין צום כותל...

...ווען נאר ספרדים פלעגען שלאגען די ווייבער...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2006 23:05 לינק ישיר 

WOW געוואלדיג נבוכדנצר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2006 21:51 לינק ישיר 


..ווען "נבוכדנאצר" האט געמיינט דער מלך פון בבל..

ווערטלעך אין זייט געלייגט - נבוכדנאצר, איך מוז דיר קאמפלימענטירן... געוואלדיג! איך האב הנאה, ווייל דאס איז אייגענס, נישט פון יענעם צייטונג ארטיקל...

יא יא... מיר קוקן זיך אן ווי ווייט מיר זענען פארענדערט געווארן במשך עטליכע יאר... וואס וועלן שוין אונזערע קינדער שרייבן... השם ישמרנו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2006 20:09 לינק ישיר 

שושנת יעקב

פון דיר קען איך מקבל זיין אז א חסיד מיינט פראפאגאנדירען זיין רבי אויף היידפארק.
אמאליגע חסידים וואלטען זיך איבערגעדרייט אין קבר פאר די סארט אקטען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2006 19:14 לינק ישיר 

.. ווען אויף ארץ ישראל איז מען געפארן זיך אויסלעבן די יאהרן בקדושה ובטהרה מתוך הדחק ..

.. ווען אויף אמעריקע איז מען געפארן פורק עול זיין ..

.. ווען צו א רבי'ן האט מען נישט געדארפט ווערן "אריינגעלאזט" ..

.. ווען א רבי האט נישט געמיינט די צאל בילדער אין מאגאזינען ..

.. ווען אידיש האבן גערעדט אויך פרייע אידן ..

.. ווען ציונות האט געמיינט אפיקורסות ..

.. ווען מען האט גערעדט פון ביאת המשיח ..

.. ווען עס איז נישט געווען קיין אינטערנעט ..

.. ווען יעדער האט געהאט נאר איין סעלפאון ..

.. ווען דער פאפירענער מילך פלעשל האט זיך צוריסן ביי מויל ווייל א קינד האט געעפנט ..

.. ווען אויף א שיף איז מען געפארן פון איין לאנד צו די צווייטע ..

.. ווען אויף אן אפיקורס האט מען געזאגט ימח שמו ..

.. ווען דער אראבער האט נישט פיינט געהאט דעם איד ..

.. ווען Windows האבן געמיינט פענסטער ..

.. ווען מען האט געגעסן ברויט מיט פוטער פאר פרישטאג ..

.. ווען מען האט געבויט א סוכה ..

.. ווען מען האט צוגעגרייט צעהן ברעקלעך פאר בדיקת החמץ ..

.. ווען מען האט אליין צוגעגרייט קנויטן פאר די חנוכה ליכט ..

.. ווען מען פלעג אליין צוגרייטן משלוח מנות ..

.. ווען מען פלעג באקוקן די סאלאט פון ווערים ..

.. ווען מען פלעג באקן "קאקאש קעיק" ..

.. ווען א גאלאן גאזאלין האט געקאסט 70 צענט ..

.. ווען עס האט געקאסט א דאלאר צו רעדן אויפן "קאר טעלעפאן" ..

.. מען האט געבויט דעם Thruway ...

.. קינדער האבן נישט געהאט קיין גלעזער ..

.. דער מלמד האט געמעגט טיילן ניסלעך פאר יעדן איינעם ..

.. דער מנהל האט געמעגט געבן א פאטש ..

.. ווען א ישיבה איז נישט געווען בלויז "למצויינים" ..

.. מען פלעגט איינטינקען די חלה אין "גרעיפ זשוס" ..

.. גאלדמאן'ס מילך ..

.. ווען א רבי האט געמיינט אן עהרליכער איד ..

.. ווען אן עהרליכער איד האט נישט געמוזט אויפנעמען מענטשן ..

.. ווען מען האט נישט געוואוסט וואס עס מיינט "פענטעגאן" ..

.. מען האט געכאפט סאדאם כוסעין ..

.. ווען מען האט געהאט 3 קינדער אינעם הינטערשטן זיץ אינעם "סטעישן וועיגן" ..

.. ווען די New York Post פלעגן קויפן נאר גויים ..

.. בעדפארד עוועניו איז געווען א טו-וועי ראוד ..

.. די גויים זענען געגאנען מיט היטן ..

.. א כאפצעם (כאפט'ס אים) ..

.. ווען מען פלעגט זאגן "כ'האב געהערט" אנשטאט "כ'האב געליינט אויף היידפארק" ..

.. ווען ביי א חתונה פלעגן די געסט זינגען ..

.. ווען יעדער פלעגט ליינען די אידישע ליכט ..

.. ווען מען האט געוואוסט וואס חסידות איז אהן הסברים און לעקציעס ..

.. ווען א מחבר ספרים איז געווען א תלמיד חכם ..

.. ווען א רשע איז נישט געווען א תינוק שנשבה ..

.. ווען משפחה האט נישט געמיינט א פושקעלע קארן אדער א פלאש אויל ..

.. ווען מען פלעגט נוצן דעם קאפ צו וויסן וויפיל עס איז 10X10 ..

.. ווען מען פלעגט בלאנזשען ביז מאנרא ..

.. צו פארן אויף מאנטריאל איז מען געפארן מיטן 9W ..

.. ווען אלטע אידן זענען געפארן אויף פלארידע ..

.. ווען מען האט געדארפט קויפן א טעיפ ..

.. ווען מען האט געהאט קעש אין טאש ..

.. מען האט עפעס געקענט קויפן פאר א קוואדער ..

.. ווען א שייגעץ איז געגאנגען אהן א קאפל ..

.. ווען צעהן טויזנט דאלאר איז געווען געלט ..

.. די צייטן וואס ווען מען האט נישט געהאט קיין געלט האט מען נישט געקויפט ..

.. ווען א Hot Cup האט געמיינט א הייסע גלאז ..

.. ווען מען האט געגעסן אייזקרים בלויז אין די זומער ..

.. ווען עס פלעגן זיך צוברעכן גלעזער ביי א שבע ברכות ..

.. ווען מען האט געדארפט ווארטן א האלבע שעה די זופ זאל זיך איבערווארעמען ..

.. ווען די קינדער האבן געהאט ווואס צו טון ..

.. ווען יעדער האט געהאט צייט ..

.. ווען מען האט געגעסן פסח קארטאפל מיט אייער ..

.. ווען מען האט געשמועסט איבער דעם "עפארדעבל חתונה פלאן" ..

.. ווען מען האט געדארפט גיין שבת מער ווי 2 מינוט צו א בית המדרש ..

.. אויף LYNCH האבן געוואוינט גויים ..

.. ווען א לויער איז געווען א גוי אדער א פרייער איד ..

.. ווען א הוט האט מען געקויפט ביי סעלקא ..

.. ווען א Mouse האט געמיינט א מויז ..

.. ווען די ווערטער "דער פרעזידענט" האבן געהאט עפעס א חשיבות ..

.. ווען IPOD איז געווען "טערקיש" ..

.. ווען נאר "טאטעס" האבן גערייכערט ..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2006 18:10 לינק ישיר 

שמעק טאביק,

גערעכט, עס איז א קליינער חלק פון דעם לענגערן זיסן ארטיקל, אבער גענוג אנצוהייבן און מען קען דערצו שטענדיג צולייגן נאך זאכן וואס מען הייבט אן צו פארגעסן...

דרך אגב, האב איך שוין לאנג געקלערט אז עס וואלט געווען כדאי אז מען זאל ארויפלייגן דא (אדער אויף א צווייט מקום) ארטיקלען פון צייטונגען וואס דער עולם קען הנאה האבן. לדוגמא, און טאקע אויך אין 'די צייטונג', לויפט א קאלום פון 'גרידלאק שמואל', וואס האט פארשידענע טראפיק אינפארמאציע, און זייער אפט לייגט ער אריין בריוו וואס די ליינער פרעגן אן וואס זיי קענען טוהן ווען זיי האבן געכאפט א טיקעט וואס זיי האלטן אז עס קומט זיי נישט (און ווען יא?) און ער, אלס געוועזענער טראנספארטאציע קאמישאנער ענטפערט זייער קלאר וואס מען האט צו טאן.

נישט יעדער האט די זעלבע פראבלעם אין די זעלבע צייט, און ווען מען כאפט א אומבארעכטיגטער טיקעט, דערמאנט מען זיך אז מיט עטליכע וואכן צוריק האט 'סעם' גערעדט דערוועגן.

וואלט געווען א גוטער געדאנק ווען מען קען ארויפלייגן אזעלכע און ענליכע ארטיקלען.

שושנת יעקב,

ברוכים הבאים, עס איז צום האפן אז דו וועסט אונז מהנה זיין מיט דיין רייכן שפראך און ברייטע ידיעות אזוי ווי אין די אנדערע פורומים.

דאס ווארט איז טאקע אן אמת'ער, נאר באמערק אז קוים האב איך עס ארויפגעלייגט און 'שמ"ט' געדענקט נאך דעם ארטיקל. און וואס זאל איך זיך צונאר לייגן און שפעטער וועט מען מיר 'כאפן' און די קאמפלימענטן וועלן האבן א זויערן נאך-טעם?

בנוגע 'שיע' בין איך מיט אים אין איין דעה, ובפרט ווען איך בין א תושב ווילי (והדברים ידועים).

זיכער איז דא ערליכע אידן אויך וואס מיינען 'חסידות' (און אסאך נארן זיך) און נישט קיין 'פארטיי', און מיר ווארטן אויף די לעקציעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2006 00:59 לינק ישיר 

נישט פארגעסען ... ווען רבנים זענען געווען רבנים אין נישט רע-בנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2006 16:23 לינק ישיר 

הא הא, עס איז ממש געוואלדיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2006 22:01 לינק ישיר 

שם אחר,

איך נעם עס אן .




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2006 21:47 לינק ישיר 

ווען צו זיין א חסיד איז געועון מער ווי א מעמבער אין א פארטיי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2006 20:44 לינק ישיר 

דיפלאמאט כאב דיר שיער נישט געוואלט געבן עשר עשר פאר די געלונגענע ארטיקל, נא אבער סיז דאך נישט דיינע, עניוועי איז עס מורא'דיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווער געדענקט נאך...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext