בית פורומים כל העולם כולו

די שרעקליכע עוולה פון די זאליס ערכאות אין ב"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/7/2006 07:53 לינק ישיר 
די שרעקליכע עוולה פון די זאליס ערכאות אין ב"ב

עס איז ממש אומגלויבליך וואס עס שפילט זיך אפ פאר אונזערע אויגן !

דער מח שטעלט זיך אפ פון טראכטן ווען ער רעאליזירט דעם שטוינענדן אומבאגרייפבארן מציאות, ווי מען קען מהפך זיין הקערה על פיה פון איין עק צום אנדערן, און זיך נישט שעמען דערנאך ארויסצוגיין אין גאס.

- שוין צענדליגער יארן וואס די מתנגדים/בני יואל/זאליס אטאקירן אונזער קהילה און רבותינו הקדושים כאילו זיי זענען גענויגט ח"ו צו ציונות, אמווייניגסטנ'ס נישט גענוג מוחה אקעגן ציונות, אינדערצייט וואס זיי האבן שוין אפגעטון אלערליי פסלנות'ער אונטערן מאנטל פון די מלחמה אקעגן ציונות, אריינגערעכנט דאס שטיצן די וועלכע גייען צוזאמען מיט די אראבער, טראץ די מפורש'ע ווערטער פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע קעגן דעם, פארט האבן זיי אלע יארן זיך גענומען דעם פאן אלס פירער אינעם קאמף פון יעדע זאך וואס שמעקט - לשיטתם - מיט דעם גערוך פון ציונות.

- שוין העכער פינף יאר זינט די ראשי קהלתינו הקדושה האבן געשיקט א הזמנה לדי"ת פאר די פירער פון די זאלי פארטיי, טראץ וואס די ראשי הקהילה האבן מסכים געווען זיך צו שטעלן לדין ביי נארמאלע בתי דינים, און בעיקר ביי א זבל"א וזבל"א, וואס ס'איז נישטא קיין מער אויסגעהאלטענער וועג פון דעם, האבן זיי זיך אפגעזאגט פון שטעלן צו דין תורה מיט די לעכערליכע טענה אז מען מוז גיין צו דיינים וואס קענען זיך אויס אין תהלוכי הקהילה, און דאס איז געווארן זייער שלאג ווארט פאר די קומענדיגע יארן, טראץ וואס זיי אליין האבן נישט די מינדסטע אנונג וואס די ווערטער טוען באדייטן.

באזונדער האבן זיי ארונטערגעריסן דאס גיין צו דעם ביד"צ בית יוסף ד'נאווארדאהאק, אז מען טאר ביי זיי קיין גלעזל וואסער נישט טרינקען, און אז זיי זענען נישט אויסגעהאלטן אין די שיטה פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע בנוגע ציונות.

- אין די זעלבע צייט בערך, ווען די ראשי הקהילה זענען בלית ברירה געצווינגען געווארן צו גיין אין געריכט צו פרובירן ראטעווען דעם עתיד פון קהלתינו הק' און אירע ריזיגע פארמעגנ'ס פון די הענט פון די רויבער און טעראריסטן, האבן זיי אויפגעהויבן א קול מחאה פון איין עק וועלט צו די אנדערע, היתכן מען גייט אין געריכט להציל עשוק מיד עושקו?! ערכאות! מרים יד בתורת משה! מחרף ומגדף! און ענליכע לשונות של גנאי וואס האבן זיך געוואלגערט אונטער די פעדער'ס וועלכע האבן זיך דאן געפינען אין אפיס פון "דער איד".

דא האט פאסירט א מעשה אין בני ברק, וואו מען איז געגאנגען אין געריכט, אן שיקן קיין הזמנה פון פאראויס, אן קיין היתר פון קיין כשר'ן בי"ד, און אפילו ווען יענער האט שוין אונטערגעשריבן שטרי בירורין ביי א בי"ד גייט מען ווייטער אן מיט די קלאגע אין געריכט, און מען זאגט פארן געריכט, נישט ווייניגער נישט מער, נאר אז מען וויל נישט גיין צו דין תורה ווייל די דיינים זענען משוחד!!!

ועל כולם, איז מען געגאנגען אין געריכט ביי אזוינע וואס שטאמען פון אברהם יצחק ויעקב, און זענען בעוה"ר דן עפ"י חוקי עכו"ם! וואס דער רבי זי"ע שרייבט דערויף אין ויואל משה אז דאס איז ביהרג ואל יעבור!!! ואין פוצה פה!

וואו זענען די אלע פראפעסיאנאלע מוחים ? וואו זענען פארשוואונדן די זעלבסט-געקרוינטע אפוטרופסים פון די שיטה פון רביה"ק זי"ע ?! וואו זענען פארשוואונדן די וועלכע האבן פולע באגאזשן פון יהרג ואל יעבור'ס און טיילן דערפון מיט א ברייטע האנט פאר יעדע נארישקייט?! אויף דעם איז דאך דער רבי זי"ע קלאר מברר אין ויואל משה אז דאס איז ביהרג ואל יעבור!

די וועלט שווייגט! פלוצלונג האט מען פארגעסן פון מצות תוכחה, פלוצלונג ווייסט מען נישט און מען זעט נישט, מיטאמאל איז יעדער געווארן אזא שטילע שעפעלע וואס "וויל זיך נישט מישן..."

ווי ריכטיג האט כ"ק רבינו שליט"א אנגעוויזן אז דאס גיין אין ציוני'סטישן געריכט איז פונקט אזא הארבע עבירה ווי גיין צו די בחירות!

מילא אויף די יעניגע כת רשעים איז נישט קיין קשיא, זיי האבן שוין פון לאנג עוקר געווען יעדן פרט פון די תורה אדער מענטשליכקייט ווען עס איז נוגע געווען צו שטעכן אדער שטויסן אונזער הייליגן רבי'ן, אבער אויף די יעניגע וועלכע ווייסן אלעמאל דעם פונקטליכן אדרעס פאר מחאה, אויף זיי איז די קשיא !

און איך רעד נישט דא פון די מיטגלידער אינעם א.ג. פורים בי"ד, די איינגעשטעלטע דיינים ביי וועמען די שנאה האט שוין לאנג דערגרייכט ארויס פון יעדן פראפארץ, און זיי געבן שוין לאנג דעם סטעמפל פאר יעדע סארט השחתה און רשעות וואס ווערט געטון דורך די פירער פון די "נועם הארץ" פארטיי. מיין ווייטאג איז בעיקר אויף די וועלכע זענען נישט בלינד אונטערגעווארפן אונטער די יעניגע רשעים, נאר זיי זענען מקיים דעם "תגורו מפני איש" מיט אלע דקדוקים און כוונות, און דורכדעם זענען זיי גורם אזא שרעקליכן חילול שם שמיים און עלבון התורה בכללותה און פון רבוה"ק מסיגעט-סאטמאר זי"ע בפרט.

עס איז קלאר אז ווען נישט זייער שטיל שווייגן וואלטן די רשעים זיך אביסל איינגעהאלטן פון אנגיין מיט זייער רשעות אויף אזא פרעכן פארנעם.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2006 01:47 לינק ישיר 

ווי האלט עס טאקע דארט מיטן קארט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2006 00:48 לינק ישיר 

ווייסט נישט וואס זייער תירוץ איז?

זיי האבן 5 פעסטע תירוצים, אין להשיב:

1. רביצין סאשע תליט"א איז צוקריגט מיט רביצין ברכה סימא

2. מאיר הירש איז צוקירגט מיט רביצין סאשע תליט"א

3. חיים שלמה פישער איז צוקריגט מיט מאיר הירש

4. ר' ברוך ט"ב איז צוקריגט מיט חיים שלמה פישער

5. דער רבי איז צוקריגט מיט ר' ברוך ט"ב

ועוד ידם נטוי'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2006 00:17 לינק ישיר 

שוין דורך 2 וואכן פון ווען די גאנצע וועלט האט געהערט די פייערדיגע דברי מחאה פון רבי'ן זאל זיין געזונט, און קיינער פון די אלע א.ג. הנהגת התורה פארטיי האט נישט געטראפן קיין איין ווארט מיט וואס אפצוענטפערן די פייערדיגע דברות קודש! ואין פוצה פה ומצפצף! יעדעס מאל וואס ס'דאכט זיך זיי אז ס'איז דא עפעס א עולה, וועלן זיי גראד ארויסקריכן פון די לעכער און שרייען און פארפירן און איבערקערן די וועלט אז זיי האבן געטראפן עפעס א עולה, און פונקט דא ווען מ'רעדט פון עובר זיין אויף די סאמע יסודות פון סאטמאר איז טויט שטיל! א גוטע סעמפל וויפיל די אלע ראבער סטעמפס זענען ווערט, און אז די תורה איז די לעצטע זאך וואס אינטערסירט זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2006 19:53 לינק ישיר 

מקוה איד. קענסט עס זאגן אין איין קארצע ווארט, ווער סוויל וועט עס פארשטיין. מסירה הייסט נאר ווען מזאגט א זאך וואס קען איינעם שאדן מאכן, אויף א פלאץ וואו סקען אים שאדן מאכן. פארדעם ווען יאסל וואלדמאן רעדט פאר מיליאנען גויים אז חסידישע אידן זענען שווינדלערס איז ער א מסור, אבער ווען איינער זאגט פריוואט עפעס פאר א גוי, אפילו פאר פרעזידענט בוש אליינס, האט ער נישט עובר געווען אויף מסירה, ווייל בוש קען גארנישט טון אן די דיסטריקט אטארני און די קרימינעל קאורט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2006 19:49 לינק ישיר 

לאמיר עס מאכן קלאר,

דא אין אמעריקע ארבעט עס אזוי: (אין ארץ ישראל ווייסעך נישט אבער איך גלייב אז עס איז קיין סך אנדערש)

עס איז דא פארשידענע דרגות אינעם דשודישיערי ברענטש, פונעם אמעריקאנעם גאווערמענט.

קודם איז דא די "קרינמינאלע" אפטיילונג, דאס זענען די לאקאלע קאונטי "דיסטריקט עטורני'ס" און די פעדעראלע "עטורני דשענערעל", וואס ווערט אויסגעהאלטן אין געפירט דורך די רעגירונג, זיי באשטייען פון א שטאב מיט געניטע לויערס, וואס רופן זיך "פראסעקיוטערס", זייער דשאב איז צו קלאגן קרימינאלע פארברעכער, אויפזוכן באווייזן קעגן די אנגעקלאגטע, זיי ברענגן צו משפט פאר א ריכטער און א דשורי, און פרובירן צו איבערצייגן די דשוריס אז דער פארברעכער איז "גילטי". (ווי למשל נעבעך, ר' נפתלי שלעזינגער, ר' אביגדור יאקאבאוויטש, וכדומה, השי"ת ישלח להם ישועה במהרה). געווענליך הייבט זיך עס אן מיט די לאו ענפארסמענט עלעמענטן, וואס זענען די לאקאלע פאליציי, עף.בי.איי., וכדומה, וואס זיי באקומען די טיפס, זוכן און לויפן נאך די פארברעכער, נאכער געבן זיי עס איבער צום דיסטריקט עטורני, צו שטעלן צו משפט.

יעצט, ווען א איד געבט איבער פאר די פאליציי אדער די דיסטריקט עטורני, אז א צווייטער איד האט פאלעצט א געזעץ, וואס ברענגט א קרימינאלער משפט, ווי למשל אז מ'האט געגנב'עט א קרוין, אדער אז מ'האט געוואוט פאלש, דאס איז מסירה כדת וכדין, וואס אויף דעם איז געזאגט געווארן די אלע חומר הדברים וואס שטייט איבער מסירה.

נאך דעם איז דא אן ענין פון א "סיוויל קעיס", דאס איז אן ענין פון דיני ממנות, דאס מיינט ווען ראובן אין שמעון האבן א סיכסוך, גייען זיי צו א דשאדש (צו בהיתר בי"ד צו נישט) אז דער געריכט זאל אנטשיידן דעם סיכסוך. דאס קען נאר צושטאנד קומען ווען איינע פון די צדדים פארלאנגען עס פון געריכט, קיין שום רעגירונג אנשטאלט קען נישט ארויפצווינגען אויף קיינעם צו קלאגן א צווייטן דיני ממנות, און עס קען אין איין רגע בטל ווערן, אויב די צדדים ציען זיך ארויס דערפון. עס איז קיין שום פארברעך אין אמעריקע צו האבן א סיכסוך. 99.99999% פון יעדע סיוויל קעיס, טענה'ט איין צד אויפן אנדערן אז יענער איז א גנב, א שווינדלער, וכדומה, למשל אז מ'האט געפעלשט א דיד, אדער אז מ'האט געפעלשט א חתימה פון א רבי. יעצט, כאטשיג גנב'ענען אין שווינדלען קען זיין א קרימינאלע פארברעך אין אמעריקע, וואס מ'קען זיצן אין תפיסה, פארשטייט אבער יעדער בר שכל אז ווי לאנג עס איז אין די ראמען פון די "סיוויל קאורט" גייט עס קיינמאל נישט אנקומען צו קיין "קרימינעל קעיס", ווייל אויב יא וואלט מען געדארפט ארעסטירן יעדע פארלירער פון א "סיוויל קעיס", וועל יענער איז דאך א ליגענער אין א גנב.

יעצט, ווען א איד ברענגט א "סיוויל קעיס" צום געריכט, למשל צוויי אידן קריגן זיך ווער עס איז בעה"ב אויף קהל יטב לב, אויב מען טוט עס שלא כדין, דהיינו, מ'האט נישט געטאן קיין השתדלות זיך מתדיין צו זיין ביי א בי"ד כשר, דעמאלטס איז מען עובר אויף "ערכאות", דאס איז אויך זייער הארב, אבער דאס הייסט נישט "מסירה", קען זיין אז "ערכאות" איז הארבער ווי "מסירה", אבער עכ"פ עס איז צוויי באזונדערע ענינים. די גרעסטע ראי' אז עס איז צוויי באזונדער ענינים, איז ווייל אז מען קוקט אריין אין שו"ע און דער רמב"ם, זעהט מען אז זיי האבן געווידמעט באזונדערע, פרקים/סמנים, פאר די צוויי ענינים, אינעם רמב"ם איז עס אין א באזונדערע חלק. את"ל אז עס איז די זעלבע זאך, הא תו למה לי? עס זענען דא ליידער אסאך אומוויסענדע בימינו, וואס מאכן דעם אמעראצישן טעות, און זיי מאכן א גזירה שוה "קאורט קאורט", דהיינו ווען אימער איינער גייט אין "קאורט", מיינט עס אטאמאטיש "מסירה". אפי' אלעס איז אין די ראמען פון א סיוועלער געריכט, קען מען שרייבן אין צייטונגען און פלאקאטן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "מסור".

נאכדעם איז דא נאך א דרגא, וואס האט קיין שום שייכות מיט א קאורט אדער א דשאדש, דאס איז די "טייטל רעדשעסטרי", דאס א פלאץ אין יעדע קאנטי, (אין ברוקלין איז אין א בנין אויף דשעראלעמען סט. - לעבן בארא האלל) ווי עס איז רעקארדירט די טייטל (בעלות) פון יעדע פראפערטי אינעם קאונטי, ווען אימער איינער קויפט א פראפערטי, אדער נעמט איבער דאס בעלות איבער א פראפערטי, ווערט עס רעקארדירט אין רעגיסטרירט אין דעם אפיס. דער אפיס האט פונקט אזא כח ווי די סעניטעישן דיפארטמענט, גארנישט מער.

יעצט, ווען ראובן געבט אריין א דעקלעראציע פאר דעם אפיס אז ער איז בעה"ב אויף א געוויסן שטח, דערנאך קומט שמעון און זאגט פאר זיי אדוני, דער ראובן איז א פאלנער ליגענער און שווינדלער און איך בין בעה"ב, דעריבער ווילאנג מיר גלייכן זיך נישט אויס, אדער צווישן אונז, אדער ביי א בי"ד, אדער אין קארט, זאל נישט אקצעפטירט ווערן קיין שום פרישע דעקלעריציעס. נישט נאר וואס עס האט נישט קיין שום ענין פון אן אבק פון ערכאות, ווייל מ'גייט זיך נישט מתדיין זיין ביי קיינעם, איז זיכער א טיפשות צו זאגן אז עס האט דאס מינדעסטע שייכות מיט מסירה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2006 16:34 לינק ישיר 

בא_ללמד

איך האלט פונקט ווי דיר א מסירה מעסט זיך נישט צו עס איז מצליח צו נישט

אריינגעבן א מסירה צו אן אפיציעלע אינסטאנץ פון "יוסטיץ דעפארטמענט" איז מסירה ממש.

לכל הדעות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2006 06:51 לינק ישיר 

יוסף90. על ראשון ראשון. 1) מסירה איז נישט אסור נאר אויב עס געלונגט און מען זעצט יענעם איין דערפאר, א נישט געלונגענע מסירה איז פונקט אזוי מסירה. ווען איך גיי זאגן פאר א גוי אויף די גאס אז שמעון האט מיר באגנבעט הייסט עס לויט קיינעם נישט קיין מסירה, אפילו אויב יענער ארבעט פערצופאל אין טראנספארטעישאן דעפארטמענט פון די רעגירונג. זאגן פאר די רשם החברות איז פונקט ווי זאגן פאר א קאמישאנער אוו דיעד, זיי האבן ביידע אייניגע האר אויפן קאפ. יוסל וואלדמאן האט אויסער דאס טון די ערגסטע שאדן וואס א איד האט געקענט טון פארן אידישן פאלק (אויסער יוזל און הערצל ימ"ש) דורך זיי באשמוצן פאר מיליאנען גויים פון אונטער א ספרים שאנק, האט ער אויך בפועל איינגעגעבן פאר די באטרעפנדע רעגירונג'ס אינסטאנצן די אלע מסירות זיינע. 2) דא האט מען קיינעם נישט געמסר'ט, אויב וואלט מען ווען יא געמסר'ט, וואלט איר שוין איבערגעקערט די גאנצע וועלט, מהודו ועד כוש, היתכן מען האט געמסר'ט, דערצו ווען מען קען נאך אריינדרייען דערין דעם נאמען פון כ"ק רבינו שליט"א. די איבריגע וועט קומען מארגן אי"ה. תוקן על ידי - בא_ללמד - 28/07/2006 7:10:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 20:44 לינק ישיר 

עס איז שוין דורך א וואך און איך האב נאך נישט געזעהן קיין ארוני פארענטפערען מיט לאגיק דעם הארבען ר' אהרן.
1) אפגעלערענט א שטיקעל ויואל משה צוזאם געמישט כנסת מיט ערכאות
2) אפעלירט נאך געלט זיך צו פארטיידיגען אין געריכט וואס איז ביהרג ואל יעבור לשיטתו
3) אפגעלייקענט די היסטאריע אז סאטמאר און אלע היימישע קרייזען זענען געגאנגען אין ערכאות, בהיתר און שלא בהיתר ב"ד (ווען מ'האט געמעגט) אומצאליגע מאל זינט די התייסדות פון די מדינה.
4) ארויפגעשמירט די סטעיטמענטס פון זיין עורך דין אויף אונזער עורך דין.

איז טאקע נישט דא קיין ארוני וואס קען פרובירען אפילו לפנים צו פארענטפערען זיינע שטותים והבלים?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 18:37 לינק ישיר 


איך דארף נישט ר' ניסים קארעליץ פאר א ראי' לצדקת מעשינו

די ווערטער פון ר' ניסים האב איך געברענגט נאר לשיטתכם ולדעתכם וועלכער איז געווארן אייער בר סמכא אין דעם סכסוך.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 18:35 לינק ישיר 

בא_ללמד

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
א "מסירה" מעסט זיך נישט צו מ'עפענט א אויזפארשונג צו נישט, צווייטענס די "מסירה" האט ער נאנגעגעבן אויסערן געריכט אויך אין "יוסטיץ דעפערטמענט" וואס נארמאלערהייט דארף עפענען א "קלאגע" אין א אויספארשונג קעגן וועם מ'טענה'עט די טענות הזיוף.

אויך פון ר' יוסל וואלדמאן'ס קלאגעס אין די פרעסע אדער אין "רעקארד" איז קיינער נישט געזעצן, אבער מיט דעם אלעם האט איר געשריגן אז עס איז מסירה.

לגבי דיין פראגע פונעם דאקומענט פאר צווי מאנאטן, ווי דיין קאלעגער דער לויער וואס פארטרעט דיין געוועזענעם קרית יואל'ער רב מיט משה חיים ווייס מסר'ן די "בעלי מניות" מיט הארבע מלשינות, קענסט עס זעהן אין דעם קונטרס "להסיר המסוה" פעידזש יז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2006 02:45 לינק ישיר 

יוסף90.

איך פארשטיי אז איר האט געטון א געפערליכע שייגעץ שטיק און אז איר האט א פראבלעם דערמיט, אבער דאס אלעס איז נאכנישט קיין תירוץ צו טאנצן פון איין שקר צום צווייטן אבי נישט צו ענטפערן אויף די ברענענדיגע פראגעס.

בנוגע אויב עס איז געווען פאלשע זאכן אין די קאפערעישאן, אין דעם וועל איך יעצט נישט אריינגיין, איך האף נאר אז עס זאל נישט קומען אז א איד זאל דארפן זיצן, וואס דאן וועט זיך משה פרידמאן האבן אליין געשאסן אין די פיס דורך אריינשלעפן דעם סכסוך אין געריכט.

צווייטנ'ס, אפילו אויב ר' משה חיים ווייס וואלט יא אויפגעברענגט אין געריכט אז דא זענען געטון געווארן פאלשע זאכן, וואלט עס נאך אלץ נישט געווען קיין מסירה. דען ביים דאזיגן געריכט איז יעצט נישט געפירט געווארן קיין קרימינאלע משפטים, נאר א ציווילער סכסוך. א קרימינאלע קלאגע דארף באזונדער געברענגט ווערן פארן אנקלעגער, וועלכער באטראכט די קלאגע ביי א באזונדערן געריכט.

דער הארטער מציאות איז אז אפילו ווען מען זאגט אין געריכט אז יענער האט געטון קרימינאלע שריט ווערט יענער נישט אנגעקלאגט דערפאר, עס מוז זיין א קלעגער וואס זאל קלאגן קרימינאל. דאס איז דער איינפיר אין יעדן איינציגן יורידישן סיסטעם אויף דער וועלט (אויסער ביי די קאמוניסטן...).

דאס איז שוין אפילו לו יהא כדבריך (וואס יעצט קומסטו שוין מיט א נייע מעשה פון צוויי חדשים צוריק, אויף וואס דו ברענגסט ניטאמאל קיין באווייז) אז ר' משה חיים האט געזאגט פאר דעם "רשם החברות" אז עס זענען באגאנגען געווארן קרימינאלע שריט, וואלט נאך אלץ נישט געדראעט פאר קיינעם גארנישט ווי לאנג ער וואלט געגאנגען און אנגעקלאגט בידים די גנבים משה פרידמאן און רז"ל טייטלבוים.

וואס דו ברענגסט פון רבי ניסים איז לגמרי נישט רעלעוואנט, ווייל רבי ניסים ווייסט אויך וואס ער האט געשריבן, מיט דעם אלעם פסק'עט ער קלאר אז איר זענט הולכים לערכאות און מרימים יד בתורת משה.

עס איז מיר נאר א וואונדער וויאזוי דו וואגסט זיך צו ציטירן פון הגאון רבי ניסים, דאס וואס ער איז מתיר די בחירות, נו מילא, אבער ער איז דאך ארויסגעגאנגען אקעגן די זאליס, וואס דאס פאר זיך איז דאך אן איסור פון "יהרג ואל יעבור" ?!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 05:50 לינק ישיר 

יוסעלע לעבן, איך האב דיך געפרעגט פיר קשיות, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.

1- אויב איז משה חיים ווייס פאריאר געגאנגען אין קאורט, וואו זענען געווען די אלע פראפעשענעל סיגעטער מוחים? פארוואס האבן זיי נישט מוחה געווען קעגן אים אז ער גייט אין קאורט?
2- וואו איז יעצט כאטשיק הגריח"מ פר"מ מיט די פורים סיין בד"ץ? פארוואס הערט מען נישט פון זיי קיין איין ווארט אז ממעג דא גיין אין קאורט, און מדארף באצאלן גראבע געלטער פאר אהרן אלי' שפיצער און עפעס א לינדער פון ירושלים?
3- אויב האט משה חיים ווייס פאריאר געמסרט די סיגעטער גנבים, וויאזוי קען זיין אז די פאליס האט נאך קיינעם פון זיי נישט געזוכט, אדער אז די קאורט זאל פאסקענען פאר זיי תפיסה?
4- די פערדע קשיא איז, אויב האט יוסל90 אזעלכע ביוטיפל תירוצים אויף היידפארק, און ער דרוקט עס נאך אפ אין א קונטרס וואס מגייט ארומשיקן פאר גאנץ סאטמאר אויף די פאסט, פארוואס האט ער נישט געקענט באצאלן פאר אהרן אלי' שפיצער און די שלשה רועי בקר אז מזאל אריינרוקן די נארישע ליגענטס אין די "היתר"? פארוואס מוזן זיי זיך צוברעכן די ציין און צורייסן די ליפן צו זאגן עפעס א לייטיש ווארט פארוואס די סיגעטער מעגן גיין אין קאורט?

די תירוץ איז:
די תורה האט די אייבערשטער געגעבן נאר פאר סאטמאר, אין סיגעט דארף מען נישט האלטן קיין איין ווארט פון די תורה אויב סקומט זיי נישט גוט אויס!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
סהייבט זיך נישט אן, סאטמאר איז בכלל נישט געגאנגען אין קאורט, די סיגעטער זענען געגאנגען אן קיין שום היתר פון קיינעם, אפילו פון זייערע אייגענע שווענצעלעך, אבער רז"ל פילאפף מיט הגריח"מ פריעדמאן האבן קיין שום פראבלעם דערמיט, ווייל לא דיברה תורה אלא כנגד סאטמאר!!!!!!!!
תוקן על ידי - כל_העולם - 27/07/2006 2:47:55



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 02:05 לינק ישיר 

בא ללמד

קודם ביסטו זיך נישט מתייחס צו מיינע ווערטער אז די פארקויפסט שקר ווי איך האב געשריבן פריער ווי פאלגענד:
וועמען פארקויפסטו דיינע ליגענט'ס אאז משה חיים ווייס מיט דיין רבי'ס מסירה בריוו איז געשיקט געווארן נאך ווען מ'איז געגאנגען אין געריכט קעגן די עיריה.

משה חיים ווייס מיט די רבי דער געוועזענער קרית יואל'ער רב'ס מסירה בריוו איז געשריבן געווארן גענוי מיט א יאר צוריק כ"ח תמוז תשס"ה, און אין געריכט קעגן די עיריה איז מען הערשט אריין חודש אדר תשס"ו.


צווייטענס קיין שום פאלשע זאכן איז נישט פארגעקומען אין די קאפארעישן, אלעס איז פראטאקאלירט, אין קיינער האט נישט וואס צו מורא האבן, אין אי"ה וועט דאס יעדער קענען זעהן ביים אויסגאנג פון די קעיס, און פאקט אז עס איז דא דערווילל, א "עיקול" אין משה חיים ווייס קען נאר בויען וואס איז עם ערלויבט געווארן מיט די צושטימונג פון די קאפארעישאן, אבער מיט דעם אלעם די עבירה פון  "מסירה" ווערט נישט געמאסטן צו עס איז אמת די צו נישט.

דריטענס , דיינע שקרים וואס די פארקויפסט אז גיין זיך ווענדן צו די רעגירונג און מסר'ן א צוייטן אז ער גוט איין פאלשע באריכטן איז נישט קיין מסירה, קענסטו פארקויפן פאר ר' שלום נחמן פילאפף נישט פאר מיר.

"רישום כוזב במסמכי תאגיד" מיינט, אז איינער שגוט אריין פאלשע פאפירן אין פאפירן פונעם קאפארעישאן, דאס וואס משה חיים ווייס מיט דיין רבי דער געוועזענעער קר"י רב האט געטאן, און נישט נאר דאס, פאר צווי מאנאטן צוריק האט משה חיים ווידער אריינגעשיקט "מסירות" צום ציוניסטישן "יוסטיץ דעפארטמענט" ווי ער באשולדיגט די די אייגענטימער פון "חברת קרית יואל בע"מ" אז זיי זענען זיך משתלט אויף א קאפארעישאן פאלשערהייט, וועלכע איז א קרימינאלע פאברעכן.

אויסער דעם, איז נישטא קיין ספק אז א פארלאנג צו איינפריזן א קאפארעישאן איז "ערכאות" לכל הדעות, אפילו הגר"נ קארעליץ שרייבט אין א ברייו אז איינער גוט איין א פאלנע קעגענערשאפט אין שטאט ראט קעגן א "זאאונינג" פלאן פון א צווייטן איז דאס "ערכאות", ק"ו ווען עס רעדט זיך פון א "מסירה" צום יוסטיץ דעפארטמענט ווי עס דראט א צווייטן תפיסה.

די דעקלערעישאן פון ר' יעקב כהנא האט נישט צוגענומען די קרית יואל'ער רעכטן צו מקבר זיין נפטרים, די איינפריזונג פון די קאפארעישאן און ארץ ישראל האט צוגענומען די אלע רעכטן פון די אייגענטמער, ויחי ההבדל הגדול




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 01:22 לינק ישיר 


בא ללמד

איך האלט אז די זאלסט פאר דעם יוסף מער נישט ענטפערן
די גיבסט אים נאר א געלעגענהייט, ער זאל קענענן איבער זאגן זיינע שטותים והבל איינמאל אין נאכאמאל
אין נאך דערצי וועט ער קיינמאל נישט פארענטפערן עפעס וואס מען וועט פרעגן נאר ער וועט ככלב ששב אל קיאו זיך נעמען רעדן אין רעדן טענו בחיטין והודי בזכר קדשו

עס איז נישט דא קיין איינער וואס טראכט אז די בריוו פאר רשם התחברות איז מסירה
ניטאמאל די וואס שרייבען אזוי האלטן אזוי!!!!!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2006 01:02 לינק ישיר 

יוסף90.

דו ווייסט זייער גוט אז מיר קענסטו נישט פארקויפן דיינע באבקעס, וואס דעם אלגעמיינער עולם - נישט קענענדיג דיין שפראך - קענסטו פארדרייען דעם קאפ.

"רישום כוזב במסמכי תאגיד" באדייט די אומגעזעצליכע אקציע פון אריינשרייבן פאלשע פאקטן אין אפיציעלע דאקומענטן, וואס - טראץ וואס דו ביזט מודה אז דא זענען פארגעקומען פעלשערייען וואס קענען ברענגען תפיסה פאר די באטרעפנדע אויב מיר וואלטן עס געמסר'ט - אין פאקט איז דא נישט געמאלדן געווארן פאר די באהערדע אז איר האט געפעלשט די אונטערשריפטן, וואס ווען מיר וואלטן עס געטון וואלטן מיר געווען באפרייט פון אלע צרות און עגמת נפש וואס איר מאכט אן פאר די מוסדות.

אזויפיל האט מען יא געטון, אז מען האט געמאלדן פאר די "רשם החברות" (וואס איז פונקט ווי די אראנזש קאונטי קלערק'ס רעקארדינג אפיס, וואו ר' יעקב כהנא האט אריינגעגעבן זיין דעקלעראציע עש"ק שמות תשס"א) אז די פאפירן וואס משה פרידמאן האט אריינגעגעבן אז ער האט ארויסגעווארפן ר' משה חיים פון די הנהלה, זענען פאלשע פאפירן ווייל עס איז פונקט ווי בא ללמד אדער יוסף90 געבן אריין אזעלכע פאפירן, מיר האבן ביידע אייניג שייכות צו די חברה ווי משה פרידמאן (אויף ענגליש וואלט מען עס געשריבן NULL AND VOID, און אויף העברעאיש שרייבט מען עס "דיווח כוזב").

דאס אריינגעבן אזא מעלדונג פאר די רשם החברות איז פונקט ווי גיין מעלדן פאר הצלחה גראסערי אז די טאמעיטאס האלטן זיך ביים פארשימלען... עס האט כמעט די זעלבע אפעקט, און האט אייניגער שייכות מיט מסירה אדער הליכה לערכאות. אקוראט ווי ר' יעקב כהנא האט אויפגעטון מיט זיין דעקלעראציע אין אראנזש קאונטי...

אבער ווען מען האנדלט מיט אידן וואס האבן מיט די תורה די זעלבע שייכות ווי א מעלדונג פאר די רשם החברות מיט מסירה... דאן טרעפט מען זיך זייער שנעל אין געריכט, און אין ערגסטן פאל וועט מען טרעפן עטליכע שלשה רועי בקר וועלכע באשטעטיגן למפרע מיט בלינדע אויגן אז די געלט פון אליעזר קעסטענבוים איז געווען עכטע געלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די שרעקליכע עוולה פון די זאליס ערכאות אין ב"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext