לאמיר עס מאכן קלאר,
דא אין אמעריקע ארבעט עס אזוי: (אין ארץ ישראל ווייסעך נישט אבער איך גלייב אז עס איז קיין סך אנדערש)
עס איז דא פארשידענע דרגות אינעם דשודישיערי ברענטש, פונעם אמעריקאנעם גאווערמענט.
קודם איז דא די "קרינמינאלע" אפטיילונג, דאס זענען די לאקאלע קאונטי "דיסטריקט עטורני'ס" און די פעדעראלע "עטורני דשענערעל", וואס ווערט אויסגעהאלטן אין געפירט דורך די רעגירונג, זיי באשטייען פון א שטאב מיט געניטע לויערס, וואס רופן זיך "פראסעקיוטערס", זייער דשאב איז צו קלאגן קרימינאלע פארברעכער, אויפזוכן באווייזן קעגן די אנגעקלאגטע, זיי ברענגן צו משפט פאר א ריכטער און א דשורי, און פרובירן צו איבערצייגן די דשוריס אז דער פארברעכער איז "גילטי". (ווי למשל נעבעך, ר' נפתלי שלעזינגער, ר' אביגדור יאקאבאוויטש, וכדומה, השי"ת ישלח להם ישועה במהרה). געווענליך הייבט זיך עס אן מיט די לאו ענפארסמענט עלעמענטן, וואס זענען די לאקאלע פאליציי, עף.בי.איי., וכדומה, וואס זיי באקומען די טיפס, זוכן און לויפן נאך די פארברעכער, נאכער געבן זיי עס איבער צום דיסטריקט עטורני, צו שטעלן צו משפט.
יעצט, ווען א איד געבט איבער פאר די פאליציי אדער די דיסטריקט עטורני, אז א צווייטער איד האט פאלעצט א געזעץ, וואס ברענגט א קרימינאלער משפט, ווי למשל אז מ'האט געגנב'עט א קרוין, אדער אז מ'האט געוואוט פאלש, דאס איז מסירה כדת וכדין, וואס אויף דעם איז געזאגט געווארן די אלע חומר הדברים וואס שטייט איבער מסירה.
נאך דעם איז דא אן ענין פון א "סיוויל קעיס", דאס איז אן ענין פון דיני ממנות, דאס מיינט ווען ראובן אין שמעון האבן א סיכסוך, גייען זיי צו א דשאדש (צו בהיתר בי"ד צו נישט) אז דער געריכט זאל אנטשיידן דעם סיכסוך. דאס קען נאר צושטאנד קומען ווען איינע פון די צדדים פארלאנגען עס פון געריכט, קיין שום רעגירונג אנשטאלט קען נישט ארויפצווינגען אויף קיינעם צו קלאגן א צווייטן דיני ממנות, און עס קען אין איין רגע בטל ווערן, אויב די צדדים ציען זיך ארויס דערפון. עס איז קיין שום פארברעך אין אמעריקע צו האבן א סיכסוך. 99.99999% פון יעדע סיוויל קעיס, טענה'ט איין צד אויפן אנדערן אז יענער איז א גנב, א שווינדלער, וכדומה, למשל אז מ'האט געפעלשט א דיד, אדער אז מ'האט געפעלשט א חתימה פון א רבי. יעצט, כאטשיג גנב'ענען אין שווינדלען קען זיין א קרימינאלע פארברעך אין אמעריקע, וואס מ'קען זיצן אין תפיסה, פארשטייט אבער יעדער בר שכל אז ווי לאנג עס איז אין די ראמען פון די "סיוויל קאורט" גייט עס קיינמאל נישט אנקומען צו קיין "קרימינעל קעיס", ווייל אויב יא וואלט מען געדארפט ארעסטירן יעדע פארלירער פון א "סיוויל קעיס", וועל יענער איז דאך א ליגענער אין א גנב.
יעצט, ווען א איד ברענגט א "סיוויל קעיס" צום געריכט, למשל צוויי אידן קריגן זיך ווער עס איז בעה"ב אויף קהל יטב לב, אויב מען טוט עס שלא כדין, דהיינו, מ'האט נישט געטאן קיין השתדלות זיך מתדיין צו זיין ביי א בי"ד כשר, דעמאלטס איז מען עובר אויף "ערכאות", דאס איז אויך זייער הארב, אבער דאס הייסט נישט "מסירה", קען זיין אז "ערכאות" איז הארבער ווי "מסירה", אבער עכ"פ עס איז צוויי באזונדערע ענינים. די גרעסטע ראי' אז עס איז צוויי באזונדער ענינים, איז ווייל אז מען קוקט אריין אין שו"ע און דער רמב"ם, זעהט מען אז זיי האבן געווידמעט באזונדערע, פרקים/סמנים, פאר די צוויי ענינים, אינעם רמב"ם איז עס אין א באזונדערע חלק. את"ל אז עס איז די זעלבע זאך, הא תו למה לי? עס זענען דא ליידער אסאך אומוויסענדע בימינו, וואס מאכן דעם אמעראצישן טעות, און זיי מאכן א גזירה שוה "קאורט קאורט", דהיינו ווען אימער איינער גייט אין "קאורט", מיינט עס אטאמאטיש "מסירה". אפי' אלעס איז אין די ראמען פון א סיוועלער געריכט, קען מען שרייבן אין צייטונגען און פלאקאטן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות "מסור".
נאכדעם איז דא נאך א דרגא, וואס האט קיין שום שייכות מיט א קאורט אדער א דשאדש, דאס איז די "טייטל רעדשעסטרי", דאס א פלאץ אין יעדע קאנטי, (אין ברוקלין איז אין א בנין אויף דשעראלעמען סט. - לעבן בארא האלל) ווי עס איז רעקארדירט די טייטל (בעלות) פון יעדע פראפערטי אינעם קאונטי, ווען אימער איינער קויפט א פראפערטי, אדער נעמט איבער דאס בעלות איבער א פראפערטי, ווערט עס רעקארדירט אין רעגיסטרירט אין דעם אפיס. דער אפיס האט פונקט אזא כח ווי די סעניטעישן דיפארטמענט, גארנישט מער.
יעצט, ווען ראובן געבט אריין א דעקלעראציע פאר דעם אפיס אז ער איז בעה"ב אויף א געוויסן שטח, דערנאך קומט שמעון און זאגט פאר זיי אדוני, דער ראובן איז א פאלנער ליגענער און שווינדלער און איך בין בעה"ב, דעריבער ווילאנג מיר גלייכן זיך נישט אויס, אדער צווישן אונז, אדער ביי א בי"ד, אדער אין קארט, זאל נישט אקצעפטירט ווערן קיין שום פרישע דעקלעריציעס. נישט נאר וואס עס האט נישט קיין שום ענין פון אן אבק פון ערכאות, ווייל מ'גייט זיך נישט מתדיין זיין ביי קיינעם, איז זיכער א טיפשות צו זאגן אז עס האט דאס מינדעסטע שייכות מיט מסירה.
 |
|
|