שיינע מעמד צאתכם לשלום פארן רבין שליט"א
היינט איז פארגעקומען זייער א שיינע מעמד "צאתכם לשלום", וואו אלע בחורים פון אלע ישיבות אין קרית יואל, און אויך די ישיבה גדולה, זענען צאמגעקומען דאווענען אין ביהמ"ד אינאיינעם מיטן רבין שליט"א. די דאווענען איז געווען מוראדיג ווארעם. נאכן דאווענען איז די רבי ארויס און מהאט געמאכט א סטעיזש, די רבי איז אריינגעקומען און מהאט געזינגען אפאר מינוט כי בשמחה תצאון און נאך ניגונים, די רבי איז געווען זייער ערנסט, נאכדעם האט גערעדט ר' ארי' דוב קארנבלי פון ישיבה אז די רבי פארט זיך טרעפן מיט די אבות הק' אויספועלן אלעס גוטס פאר די בחורים בפרט און פאר גאנץ כלל ישראל. נאכדעם האט מען געזינגען אני מאמין. נאכדעם האט די רבי שליט"א גערעדט מיט גרויס התרגשות אז מגייט זיך טרעפן מיט די אבות הק' און ער האפט צו קענען זיין א שליח ציבור להולכה און לקבלה צו קענען ברענגען כל טוב פאר יעדן. צום סוף האט די רבי געענדיגט מיט א קשיא פאר די בחורים. נאכדעם זענען אלע בחורים אדורך און זיך געזעגנט פון רבין.
|
|