הרב א. וואזנר, איז א זוהן פון הרב וואזנער פון בני-ברק, און הרב וואזנער שרייבט אין א בריוו וועגען די ערליכקייט פון זיין זוהן און ער איז ממליץ אויף דעם הכשר. עס איז געווען אסאך פראבלעמען מיט די הכשר, לעצטנס ארבעט פאר זיי הרב זריצקי וואס איז היבש באהאוונט אין הכשרים. למעשה הרב א. וואזנר איז א יוד א צדיק אבער ווייט פון צו זיין א מומחה אין כשרות.
נשלח ב-24/7/2006 19:36
האסט פארגעסן אז קעגען הרב זריצקי זענען אויך ארויס פארשידענע בריוו פון גדולי ישראל וועגען כשרות פראבלעמען?
נשלח ב-25/7/2006 15:38
שושנת יעקב; עס קוקט מיר אויס אז דו ביזט א חוץ לארץ'דיגער (איך וואלט געזאגט א מאנטריאלער, אפשר האסטו שייכות מיט NOMAD13 גיי ווייס) במילא דארף מען קודם כל מגדיר זיין וואס דאס הייסט א גוטע הכשר. ס'איז נישט קיין סוד אז אין אמעריקאנע הכשרים איז דא אסאך מעלות און זיי האבען מומחים, אבער אז די לעוועל פון די יראת שמים זאל זיין עכ"פ די זעלבע ווי די מומחיות'שאפט, טרעפט זיך זעלטן. אין ארץ ישראל איז מער מצוי אז די מומחה איז א גרויסע יר"ש און פאר דעם אליין איז די הכשר שוין אין א גרעסערע לעוועל (הגם די יר"ש זאגט נישט אלעס, קוק וואס כ'האב אויבן געשריבן).
ס'איז זייער שווער צו זאגען באופן כללי אז OU איז א גוטע הכשר, מאקסימום וואס מ'קען זאגען איז אז OU אויף א געוויסע פלאץ איז גוט.
ווי באוואוסט איז ר' אברהם רובין געווען פאר בערך 5 יאר צוריק די נציג פון OU אין ארץ ישראל און ער איז ארויס פון דארט נישט וועגען געלט זאכען... (הגם איך ווייס נישט צו ביי דיר איז ר' אברהם רובין אזא גוטע מקור ווייל דיין קרייז איז לעצטנס שטארק ארויס קעגן אים, אבער ס'איז א דבר ידיעה אז ער איז פון די שטארקסטע בעלי מכשירים) און חוץ פון דעם ווייס איך נישט צו ביי געלט זאכען וואלסטו דיר פארלאזט אויף די OU בעלי מכשירים.
נשלח ב-27/7/2006 07:25
כורמיזא;
דו ביזט גערעכט איך בין א חוץ לארץ'דיגער, אויפגעוואקסן אין מאנטריאל [אבער נישט געבוירן דארט!], און ווער ווייסט אפשר האב איך טאקע שייכות צו NOMAD13... [כאטשיק איך ווייס ניטאמאל צו דאס איז א ריכטיגע נאמען אדער נאר א ניק, און ווי ער שרייבט... אללעס איז היינט מעגליך, אפשר איז ער גאר מיין ברודער, אדער א שכן נעקסט דאר......... מ'דארף אללעס נעמן אין חשבון...].
בנוגע דעם הכשר OU איז וויכטיג מקדים צו זיין אז איך האב נישט קיין שום אינטערעסן לא לכאן ולא לכאן [אפשר תאוות האכילה....] איך האב קיינמאל נישט געארבייט ביי קיין שום מערכת כשרות, און גאנץ וואהרשיינליך וועל איך דאס אויך אין'ם צוקונפט נישט טוהן. אללעס וואס איך האב געשריבן איז געווען באזירט בלויז אויף וואס איך האב גיהערט פון א גרויסע מומחה אין כשרות, און אליינ'ס א רב המכשיר ידידי הגאון ר' פנחס פאדווא שליט"א נכד בעל חשב האפוד גאב"ד לונדון זצ"ל ודומ"ץ בעלזא בציריך. ער האט מיר אין לענגערע שמועסן וואס איך האב מיט איהם געהאט מסביר געווען קלאר און דייטליך דעם גאנצן מהלך פון געבן הכשרים היינטיגע צייטן, אויף א אינטערנאציאנאלע פארנעם, און אזוי ווי ער איז אומאפהענגיק אין סיי וועלכן הכשר ארגאניזאציע, ער סערווירט אללע הכשרים לויט זייערע פארלאנגן אין מערב אייראפע, בעיקר אין די פאלגענדע מדינות: דייטשלאנד, פראנקרייך, שווייץ, איטאליע, שפאניע, האט ער מיר געזאגט אז פון'ם פראקטישן שטאנדפונקט איז OU היינטיגע צייטן די בעסטע הכשר, ד.ה. אז זיי האבן די מערסטע ערפארונג אין סיי וועלכן הינזיכט וואס אנבאלאנגט כשרות קאמפליקאציעס אין יעדן הינזיכט און אין יעדן שטח. דאס איז חוץ פון וואס קיינער קען נישט קאמפיטן מיט זייער סיסטעם פון'ם לוגיסטישן שטאנדפונקט.
איך וויל נישט מאריך זיין ווייל ס'איז דא א וועלט צו רעדן איבער דעם נושא, אבער איך וויל מוסיף זיין אז וואס אנבאלאנגט יראת שמיים איז זייער א נאבעלע אין קאמפליצירטע זאך, ווייל לא הרי זה כהרי זה ולא הרי זה כהרי זה, דער חסיד וועט זאגן אז דער ליטוואק וואס שערט די בארד איז נישט באגלייבט אויף כשרות, אין דער ליטוואק וועט זאגן אז דער חסיד וואס גייט אין מקוה שבת אדער אין די 9 טעג איז א קל. אזוי אויך דער סאטמארער אויפ'ן בעלזער ווייל ער גייט צום כותל, און דער בעלזער אויפ'ן סאטמארער ווייל ער.... ס'איז קלאר אז די בעסטע איז אז א יעדער זאל עסן נאר פון מכשירים וואס ער קען פערזענליך אלץ יראי השם וחושבי שמו, מ'דארף אבער אללעמאל נעמן אין באטראכט אויך דעם ברייטערן ציבור פשוטי העם פון אונזערע קרייזן וואס ווילן זיך פירן כיראים ושלמים אבער גלייכן נישט צו באלעסטיגט ווערן מיט חומרות אין הידורים וואס זענען נישט מעיקר הדין און אפילו נישט לפנים משורת הדין, חומרות איז זייער גוט פאר יעדן איינעם באזונדער ביי זיך אינדערהיים, אבער פארן ברייטן ציבור און בפרט נשים וילדים האבן אונזערע חכמים קיינמאל נישט פרובירט צו באלעסטיגן אומפרייוויליג מיט זאכן וואס זענען נישט תורם פאר'ן עתיד היהדות. איך זאג נישט אז נישט עסן OU איז נישט תורם פאר'ן עתיד היהדות, אבער אויף שעת הדחק ווי צום ב.ש. אונטערוועגנס אדער א חולה וואס וויל נישט אדער קען נישט עסן נאר געוויסע זאכן, דארף מען וויסן אז עסן OU פארווע [נישט פת אדער חלב עכו"ם!!!] איז לכתחילה אויסגעהאלטן.
איך קען נישט הרב רובין, אין ס'קען זיין אז ער האט אפגעלאזט OU וועגן געוויסע הידורים אין כשרות וואס זיי זענן נישט געקומן צו אן עמק השווה איבער זיי, אבער דאס איז פארט נישט בהכרח קיין סתירה צו וואס איך האב געשריבן, ס'קען גאר זיין אז די חילוקי דיעות זענען געווען אויף פליישיג'ס אדער איינער פון די אנדערע זאכן וואס מיר עסן ממילא נישט.
נשלח ב-27/7/2006 09:29
שושנת יעקב,
איך דינג זיך נישט מיט וואס דו שרייבסט בנוגע זייער לוגיסטיה און יכולת, זיי זענען באמת גאר שטארק פארגעשריטען און מ'דארף צוקומען צו זיי ביי אסאך זאכען.